יום שמחת תורה תרפ"ט1

36

א. דער טאַטע2 אמר לאחד על יחידות בזה"ל: "דער טאַטע3 האָט געזאָגט אַז תוקפא דגופא4 תוקפא דנשמתא". איז דורך די ווערטער איז ער געזונט געוואָרן.

דתחלת העבודה האמיתית היא להיות כמו שהאלקים עשה את האדם ישר5, דבירור המדות אינם עבודה רק תיקון החסרון, וואָרום מדות לא טובות דאָס

37

דאַרף ניט זיין, וכאשר רואים איזה דבר לא טוב בזולתו, צריך להצטער ע"ז6, ולחשוב שזהו מהלא טוב שלו7, הזולת בעצמו הוא טוב, וא"כ הלא טוב שבזולת הוא מצד הלא טוב שלו, וכאשר מתקן הלא טוב שלו, הנה זה פועל בהזולת, א"כ הרי זה רק תיקון החסרון בלבד.

וענין העבודה היא כמו שהאלקים עשה את האדם ישר, בעבודה פנימית, זיין אַ כלי צו אור פנימי (אשר בהתחלה יש כמה מניעות מסבות שונות, וואָס אַ מלאך חגר סומא או חרש האָט אַריין געזאָגט בעת ירידת הנשמה מהיכל להיכל בשביל להתלבש בגוף, כמבואר בספרים), אשר לעבודה זו צריכים גוף בריא. בכלל אַ איד דאַרף זיין געזונט8, ואז בכחו לעבוד עבודתו בדרך כמו שהאלקים עשה את האדם ישר, ממשיך זיין אור ע"י לימוד התורה וקיום המצות וואָס מיט דעם איז מען מכשיר דעם גשמיות ער זאָל קאָנען נתברר ווערן, ואח"כ מגיע גם להאור חוזר, אויף מאַכן כללות ענין הגשמי בעולם שיהי' כלי לגילוי אלקות.

ועי"ז וואָס דער טאַטע האָט אים געזאָגט, תוקפא דגופא תוקפא דנשמתא, איז ער געזונט געוואָרן.

ב. (דיבר עם ר' ישראל שיחי'): נעכטן האָב איך דיר מבטיח געווען אַלעס, נאָר אויב דו וועסט מאַכן אַ כלי צו אלקות וועסטו האָבן אַ טוב עד אין שיעור, עד שיבלו שפתותיכם מלומר די9, נאָר מאַכן אַ כלי צו אלקות. און מאַכן אַ כלי צו אלקות מאַכט מען מיט תורה, היינו גייענדיק אין די גאַסן טראַכטן אַ ענין אין תורה. אַ פסוק גדול הוי' ומהולל מאד, חנון ורחום ה'10, בכלל אַ ענין פון תורה.

עס קומען צו דיר קונדן11 פרעג באַ זיי: וואָס טוט זיך ביי אייך אין שטעטל, צי מען זאָגט תהלים, צי מען לערנט חומש מיט רש"י.

און וואו מען גייט דאַרף קענטיק זיין אַז דאָ איז געגאַנגען אַ איד, אויף דעם שטיין האָט געטראָטן אַ איד.

מען דאַרף מאַכן אַ כלי צו אלקות אָן חכמות, וועט מען זיך זען מתוך הרחבה.

ג. (ואח"כ נמשך הדיבור עם ר' שמואל יעקב הכהן12:) איך וועל אייך זאָגן דו, חאָטש עס איז מיר זייער שווער, אָבער אַ איד וואָס איז געפאָרן צום טאַטן, וועט האָבן דערפון אַ נחת רוח, דאַרף מען זיך מוסר נפש זיין טאָן אַ אידן אַ טובה, זאָג איך דו.

דו ביסט דאָך אַ בעל עסק, דער אויבערשטער וועט אייך געבן דעם יאָר

38

פרנסה מרובה נאָר איר זאָלט מאַכן די גשמיות כלים צו אלקות.

ד. (ונמשך הדיבור עם אחיו של רש"י:) דאָס וואָס ער טראָגט די קייטעלע אום יו"ט, דאָס דאַרף ניט זיין. און דאָס פועל'ט אַ הגשמה.

אין פלוג איז דאָך דאָס טוב, אַ תכשיט צוליב יו"ט, אָבער באמת דאַרף דאָס ניט זיין.

אָט ווי אַ ענדיק אויף יו"ט, ווערט דאָס יו"ט מיט אַ ענדיק. אַ ענדיק אויף יו"ט איז גוט, עס דאַרף זיין ושמחת בחגך. אָבער אַז יו"ט איז מיט דעם ענדיק — דאָס איז אַ העלם און פועל'ט אַ הגשמה.

בחול איז די קייטעלע צוליב באָרגן אַ גמ"ח, ער טראָגט אַ שיינע קייטעלע קריגט ער אַ גמ"ח געכער.

באַ דעם רוזינער זצוק"ל זי"ע איז געווען אַ זילבערנע קאראד. איז דאָס נאָר ביי דעם וואָס איז שייך צו דעם13. וואָס אַזוי איז אויך געווען אין ביהמ"ק14. באַ אונזערע רביים איז ניט געווען אַזוי להשתמש בכסף כו'. ביי דעם רבי'ן איז געווען ווייסע שטולן. אָבער באַ דעם וואָס ער איז ניט שייך צו דעם איז דאָס אים מגשם.

אָבער יו"ט דאַרף מען ניט טראָגן קיין קייטעלע, און דענסטמאָל וועלן די קינדער און אין שטוב דערהערן דעם יו"ט, זיי זאָלן וויסן אַז יו"ט איז עפּעס אַ העכערער ענין, מען דאַרף דערציילן מענין היו"ט אויב זיי ווייסן ניט.

ה. (ונמשך הדיבור עוד הפעם לרש"י:) דו דאַרפסט וויסן אַז אַ בעל עסק דאַרף מאַכן אַ כלי צו אלקות, עס זאָל קענטיק זיין אַז אויף דעם שטיין האָט געטראָטן אַ איד. ווי אַ שיף וואָס גייט אין ים בלייבט אַ שטראָם, וואָס דער טאַטע איז דאָס מבאר בהמבואר כי המעיינות נמשכים מהתהום, איז דער שטראָם על דרך נהרא פלג לי מימיך15. אָט אַזוי דאַרף זיין קענטיק אַז אויף דעם שטיין האָט געטראָטן אַ איד.

מען דאַרף עס זאָל זיין ווי אין די שטרות התנאים שלמעלה, עס איז פאַראַן דער שושבין מצד החתן, דער חתן הוא הקב"ה16, וואָס ער איז בחי' נחות דרגא*16 להשפיע טוב לישראל, בטוב הנראה והנגלה, נאָר מען דאַרף אָפּהיטן די תנאים פון די שטרות.

אָט אַזוי ווי עס איז דאָ אַ מעקלער17, פון די עלטערן קענט איר ניט הערן, זיי ריידן מיט אייך אָבער איר קענט ניט הערן, ווייל זיי זיינען מיט אַ מדור העכער. ע"ד בת קול שאין אנו שומעים בהארת הנשמה המלובשת בגוף18, וענין

39

זה הוא ענין פנימי יותר, הבת קול הוא ממלאך און דאָס איז דאָך אַ גילוי פון נשמות, הערט איר ניט, איז דאָ אַ מעקלער אַ בא כח פון עלטערן, זאָגט דער בא כח המשלחים אַז מען דאַרף מאַכן אַ כלי צו אלקות.

ו. דיבר אל אחד מהעומדים שקראו אותו בכינוי, ואמר שצריכים לקרותו בשם ולא בכינוי, ואמר לו: איר גייט אַרום בשווקים ורחובות, איז דאַרפט איר מאַכן כלים צו אלקות. און די ?אָרד דאַרף מען ניט טשעפּען19, די חמש פאות טאָר מען דאָך אודאי ניט טשעפּען, וואָדען די איבעריקע און מאַכן אַ פּליעך20 אין מיטן, איז ווער לאָזט דאָס מאַכן אַ פּליעך.

צו אַ דבר אסור דאַרף אַ איד קיין שייכות ניט האָבן, עס טרעפט נאָר וואָס מען איז זיך מקיל אין אַ ביסקוויט ניט אַ אידישן, ווייל דאָס איז דאָך נאָר דרבנן21, חלב שחלבו עכו"ם ואין ישראל רואהו22, פאַרגעסט מען אויף אַ וויילע אויף דעם מאמר23 ערבים עלי דברי סופרים, און באמת איז דאָך דורך די הגדרות איז מען ממשיך אַ אור עליון יותר, וואָס מבטל זיין אַ דרבנן דאַרף אויך ניט זיין.

והנה בענין הבעלי עסקים שיעשו כלים לאלקות, מיט דעם וואָס ער וועט טראַכטן אַ פסוק תורה, הגם שזהו מנחת עני, ומ"מ הוא יקר במאד, וכמו מנחת מרחשת24.

מען דאַרף פּויזען25, אַז מען קען ניט גיין דאַרף מען לכל הפחות פּויזען כענין המדדה אין מדדה יותר מנ'26, והיינו המדדה יכול להגיע לשער הנו"ן.

מען דאַרף מאַכן אַ כלי צו אלקות. באמת איז דאָך דער גשם נאָר אַ געלעכטער, לעצמו איז ער דאָך ניט קיין זאַך, דאָס איז דאָך אלקות, נאָר דאָס איז דער אלקות באופן ווי נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים27, אוה למושב לו28, כי טוב, טבע הטוב להטיב29, איז מיט וועמען איז ער מטיב. דבאמת הרי לית אתר פנוי מיני'30, לאחה"צ כמו קודם הצמצום, היינו מיט וועמען איז ער מטיב, מיט זיך אַליין? אָבער די כוונה עליונה איז דאָך באופן כזה אַז דער גשם ווייזט זיך אַרויס כמו אַ זאַך ממש, און פון דער זאַך דאַרף מען אַראָפּנעמען די גשמיות דערפון, עס זאָל זיך אַרויס זען דער אמת פון דעם. איז אָט דער ענין פירט זיך אויס דורך נשמות המלובשים בגוף שהם דוקא ביכולתם לעשות הגשמי כלי לאלקות.

"המלאכה מרובה והפועלים עצלים כו' ובעה"ב דוחק"31, איז אַז מען דערהערט דעם "בעל הבית דוחק" דאָס

40

הייסט אַז מען דערהערט די כוונה העליונה וואָס פירט יעדערן בהשגחה פרטית און הוא ית' גיט אים כחות לעבוד עבודתו בלימוד התורה וקיום המצוות, איז אַז מען דערהערט דאָס איז גוט, אָבער אַז עס זעט זיך דער "הפועלים עצלים" טויג ניט. די עבודת האלקות דאַרף מען טאָן ווי אַ קלוגער בעל עסק, אַ קלוגער בעל עסק — ער ווייסט נאָר אַז מען דאַרף פירן דעם געשעפט, עס איז פאַראַן אַ זמן וואָס עס איז שווער צו צאָלן אין זמן, ניט וויילע עם אַרט דאָס ניט, אָדער וויילע ער איז ניט ערלעך, ער וויל צאָלן און וועט צאָלן און קען צאָלן, נאָר ער מוז דאָס טאָן מיט אַ חשבון בכדי דער געשעפט זאָל זיך קענען פירן בעזהש"י ווי מען דאַרף. א קלוגער בעל עסק ליגט אין דעם אַז דער עסק זאָל זיך פירן אָן אַ הפסק, דער וואָס ווערט נתפעל פון אַ גרויסן פאַרדינסט איז אַ נאַר, און כמו"כ הנתפעל מאיזה הפסד ח"ו איז אויך אַ נאַר.

גלגל הוא החוזר בעולם32, די וועלט איז אַ גרויסער ראָד. דער וואָס שטייט אויפן ראָד ומצליח בכל עניניו, ורוחו גבוה עליו, און איז ביי זיך ברייט אין דער דעה מיט זיינע פּאָר גראָשן, ולפעמים גם עז וכמ"ש33 "ועשיר יענה עזות", איז ער אַ נאַר. וויילע ער פאַרגעסט אַז ער שטייט אויף אַ ראָד וואָס דרייט זיך, דער וואָס חלילה די צייט איז געדריקט אין פרנסה וכו' און ער שטייט אויף דעם אונטן פון דעם ראָד, און איז באַ זיך חלילה אַראָפּ געפאַלן און דער גימיט זיינער איז אַ צובראָכענער פון זיין ניט גוטן מצב חלילה, איז אויך אַ נאַר. וויילע ער פאַרגעסט אַז ער שטייט אויף אַ ראָד, אַ ראָד איז אַ קיילעכדיקער זאַך עס איז ניט פאַראַן קיין אויבן און קיין אונטן, עס האַלט זיך אין איין דרייען זיך.

אַ קלוגער איז דער וואָס ווען ער שטייט אויבן טראַכט ער וועגן דעם וואָס די ראָד דרייט זעך, און מען דאַרף זיין אַ מענטש. און אַז מען שטייט חלילה אונטן טראַכט ער וועגן דעם אויבן.

כמו"כ אַ קלוגער בעל עסק טראַכט תמיד נאָר די ראָד זאָל זיך דרייען, עס זאָל זיך ניט אָפּשטעלן, איז יעמאָלט טאָמער חלילה איז ער אפילו אַ וויילע אונטן וועט ער בעזה"י ארויפקומען על מצב טוב.

און אַזוי בעבודת האלקות, מען דאַרף טאָן. דאָס וואָס עס קומט חובות פון עבר דאַרף מען געוויס צאָלן ביסלעכווייז אָבער דער עסק דאַרף זיך ניט אָפּשטעלן. מען טאָר ביי זיך ניט זיין געהויבן אַז מען פאַרשטייט כלומר'שט אַ וואָרט חסידות, אָדער אַז מען דאַוונט ווי מען דאַרף, וויילע עס איז דאָך דאָ אַ אונטן — דאָס הייסט ווי פירט מען זיך נאָכן דאַוונען. וכן וואָס איז די פעולה פון דעם אַז מען פאַרשטייט אַ וואָרט חסידות, אָבער חסידות אָן עבודה איז גאָרניט. וכן להיפך אין צריכים להיות בעצבות ומרה שחורה מהמצב הלא טוב, כ"א שצ"ל ענין המרירות שזה מביא לידי פועל טוב. וואָרום עבודת הבירורים הוא כמו עבודת הבעל עסק און אַזוי ווי אַ קלוגער בעל עסק ווייס נאָר אַז מען דאַרף פירן דעם געשעפט כו', אָט אַזוי דאַרף מען טאָן עבודה.

41

ז. (.. . הדיבור34 עם ר"מ35 שו"ב שי'):

מען האָט געדאַרפט מבטל זיין די מניעות ועיכובים וואָס דער שוחט האָט ניט קיין צייט צו טאָן אין תורה ועבודה. אַ שוחט36 דאַרף מען קאָנען אין בית המדרש, ניט פון באָינע37. אַ שוחט איז דען אַ סקאָטאָבאָיעץ38? דער ענין פון נטילת נשמה איז דאָך אַ שווערער ענין זייער, דאַרפסט דאָס פאַרשטיין בעומק, גאָר טיף. נטילת נשמה איז דאָך זייער אַ שווערער ענין. באמת איז דער תחלה פון דעם אין גליא שבתורה, איז דאָס וואָס יצחק האָט געזאָגט עשו'ן, וצודה לי ציד­ה39, דער ה' פון צידה כנודע40. אָבער דאָס איז אַ שווערער ענין. דער קו הגבורה בכלל, און זיין אַ כלי צו גילוי אור אלקי מיט דעם קו הגבורה, איז זייער שווער41. און בפרט נטילת נשמה, הוצאת דם. מען נעמט די הינדל, מען ציט אויס דעם סימן, וואָס טוט מען, מען איז שופך דם. און מען טוט דאָס אַזוי קאַלט. וואָס באמת צו דער אַרבעט דאַרף זיין אַזוי. אפילו בענין המילה42 דאַרף דאָך זיין שלא יתבהל, שלא יתעלף כו'43, דאם לא כן לא תהי' העובדא כדבעי. וכן בשחיטה. אמנם הוא עובדא של נטילת נשמה, און עס איז אַזוי מיט קאַלטקייט. צוליב, אַז אברהם, ברוך, גדלי', דוד זאָלן עסן אַ כשר'ן שטיקל פלייש, וואָס עס קאָן זיין אַז ער איז גאָר אין דעם פאַל וואָס אסור לאכול בשר44 (כמבואר בענין גדרים45). און באמת דאַרף מען דאָך שעכטן און אַלע זאָלן האָבן נאָר כשר'ע פלייש. דערפאַר איז שחיטה ווערט אָנגערופן אַ מלאכת ד', און אַ שו"ב איז דער עושה מלאכת ד'. אמנם העשי' גיין נוטל נשמה זיין לשפּוך דם. וואָס נאָך הונדערט און צוואַנציק יאָר איז דאָך ניט גוט צו האָבן צו טאָן אפילו מיט קיין מענטשן, כל שכן מיט בהמות46.

* * *

אַלע פאַרשטייען גוט, אַז ניט דאָס איז אַ שוחט וואָס גייט אַרום מיט אַ מאכלת. אַ מלאך המות גייט אַרום מיט אַ

42

מעסער. אַ שוחט איז אַן עבד ד', וואָס ער איז מקיים דעם רצון הבורא יתברך, און גיט אידן כשר'ע פלייש. דאַרף דאָך דער עבד ד' האָבן צייט צו לערנען און דאַוונען ווי עס בעדאַרף צו זיין.

* * *

דער שוחט אין אַ שטאָט איז אַן עמוד בבית ישראל. אַ רב, אַ שוחט, אַ מלמד, דאָס איז ג' עמודים47 וואָס בית ישראל נשען עליהם. איז אַ שוחט דאַרף זיין אין בית המדרש, לערנען אַ שיעור, אַ בלאַט גמרא, חסידות וכו'.

דער בכן איז, אַז מען דאַרף אַראָפּנעמען אַלע מניעות ועיכובים און אַז די שוחטים זאָלן האָבן צייט צו לערנען און דאַוונען כדבעי למהוי.

עס איז פאַראַן אַ טענה, וויילע די צייטן וואָס די אופּראַווע48 האָט אויסגעשטעלט איז אַ מניעה. די אופּראַווע דאַרף דאָך זיין ווי אַן אופּראַווע צו שפּאַקולן49 וואָס מאַכט אַז די ראי' זאָל קומען בעסער. מיר האָבן אַן אמת'ע אופּראַווע. די חוקים פון תורה ומצוות דאָס איז אונזער אופּראַווע. וואָס אַלע חוקי המלוכה, איז אויב עס קאָן זיין קיום חוקי התורה, דעמאָלט איז דאָס חוקים50. און דאָס איז דאָך נוגע צו כשר'ע פלייש, איז געוויס אַז מען וועט געבן גוט צו פאַרשטיין, וועט מען דאָס פאַרשטיין, און בעזהש"י וועט געוויס זיין גוט.

* * *

ח. מען האָט געדאַרפט צונויף קלייבן די חסידישע בעלי עסקים, זיי זאָלן מאַכן כלים צו אלקות. די רוסישע אידן זאָלן געזונט זיין איז אַ גרויסער חלק פון זיי כ"י, מאַכן כלים לאלקות, דערפאַר איז דאָרטן פאַרמאַכט מען שוין די מערק. זיי האָבן שוין דאָרטן ניט וואָס צו טאָן, זיי דאַרפן שוין עסן "לחם מן השמים" — מן, און דער אויבערשטער זאָל זיי געבן אַ השפעה מרובה, אמן.

זעט, זיי גיט מען די עבודה פון מסירת נפש, זיי פּוצן שוין דעם מונדיר צו גיין אַנטקעגן משיח'ן51. זיי פּוצן די קנעפּלעך פון די בגדים צו גיין אַנטקעגן משיח'ן51. און איר זאָלט מאַכן כלים צו אלקות, וועלן מיר אויפהערן צו ליידן. גענוג צרות ר"ל האָבן מיר שוין געהאַט, און אַז מען וועט מאַכן כלים צו אלקות וועלן מיר קאָנען צו נעמען דעם גילוי אור המשיח, און עס וועט אַראָפּ אַלע מניעות ועיכובים פון תורה. ו"תורה אור", מיט דעם אור

43

התורה וועלן מיר קאָנען מקבל זיין דעם אור משיח ולזכות להיעוד ו"הקיצו ורננו שוכני עפר"52 והוא בתוכם, וואָס באַ מיר איז אַ סאַך "והוא" — אַז דער זיידע דער רבי, דער טאַטע.

ט. ונמשך הדיבור דהשמחה היא כלי לההמשכה דשנה זו, ויועברו כל המניעות ועיכובים מיושבי רוסיא.

דער אמת איז דאָך אַז כל התחלקות מדרי' וגבולים הם שייכים רק באור דממכ"ע, אָבער באור הסובב איז דאָך ניט פאַראַן קיין התחלקות, איז לאָמיר גיין אַ ריקוד צוזאַמען מיט די רוסישע אידן. [כ"ק אדמו"ר רקד הרבה עם העולם].

י. אמר לחיים, אַביסל משקה קאָן מעורר זיין אַ דבר טוב, מצד המשכה קאָן אפילו זיין אַ התעוררות בב' אופנים הפכיים. כמו בעת השמחה, מצד היין קאָן ער משפיע זיין אַ טוב ביותר, און עס קאָן זיין חלילה פאַרקערט אַ התגלות פון מדות רעות ח"ו ווי מען האָט גערעדט. אין השגה גמורה איז דאָס שווער צו נעמען אָבער דער טעם איז וויילע סיבה אחת לשניהם. די סיבה איז די התעוררות, נאָר עס ווענדעט זיך אין וואָס די התעורות איז.

אַ ריבוי גוטע ענינים און גילוי אלקות איז אַרויס געקומען פון חסידישע משקה. אַ חסידישער פאַרברענגען וואַשט אויס די וועלטיקע בלאָטע, טרייבט אַרויס די מדות רעות, מאַכט ריינער דעם גוף, און איז מעורר את נקודת הלב אַז עס איז זיך מתגלה דער נקודת היהדות, עס שאַיינט דער פּינטל איד. אַ סאַך בעלי תשובה האָט אַ חסידישע פאַרברענגען געמאַכט, אַ סאַך חסידים ואנשי מעשה בעבודה שבלב און מדות נעימות וערבות זיסע און געשמאַקע באמת, וואָרום דער יסוד החסידות והחסידים איז אהבת רעים, וואָס אַלע ליבן זיך צו איין זאַך לעבדו ית' בהג' עמודים דתורה תפלה ועבודת הבירורים בלב שלם.

יא. אמר אחד שהזמן מאוחר לענין תפלת מנחה ויש רק כעשרים מינוטן. והשיב כ"ק אדמו"ר:

עשרים מינוטן הוא הרבה, ויכולים לעשות תשובה עד שהזדונות נעשים כזכיות53. זדונות — דאָס ווילן מיר ניט, אָבער די זכיות ווילן מיר. און אין צוואַנציק מינוט קאָן מען תשובה טאָן.

אחד הזכיר על אחד שיקח משקה. והשיב כ"ק אדמו"ר:

ער איז געזונט און וועט זיין געזונט אָבער מצד היוקר דנשמות, דבנים אתם לה' אלקיכם54, יוקר איז גאָר אַ אַנדער ענין, העכער פאַר אהבה חביבות. מצד היוקר איז אפי' כשיש לו כמה בנים מ"מ כאו"א יקר מאד55, אָט ווי אַ בן יחיד ממש, כמו"כ בנשמות דבנים אתם כו', איז יעדער איינציילנער איד הוא יקר מאד56. לזאת איז אויף אַ צען טויזנטן ספק ווילט זיך אויך ניט, וצריכים זהירות והשי"ת יחזק בריאותו בגו"ר.

יב. (דיבר57 עוד הפעם בענין השו"ב ואמר:)

44

השו"ב הוא מעמודי העולם, דאָס וואָס ער קיילעט איז דאָך צוליב להכשיר את הבשר, מאַכן כשר'ע פלייש, מאַכן פון נבילה וטריפה כשר'ע פלייש. אבר מן החי איז נבלה58, שארי קלקולי האברים בשחיטות59 הם טריפה. וואָס דער שוחט בשחיטתו ובדיקתו כדין וכהלכה מאַכט כשר'ע פלייש. איז דאָס אַ גרויסע עבודה און אַ שווערע. וואָס בשר איז מעורר התגברות הדם60, און בכלל בשר איז ניט קיין גוטע זאַך, עס קאָן מעורר זיין גבורות. נאָר אַז ער מאַכט אַ ברכה על השחיטה, והבדיקה היא כהלכתה, איז ער דאָס מברר. לזאת, אַז דער שוחט גייט אויף להכשיר את הבשר דאַרף ער וויסן אַז ער איז פון די עמודי העולם.

אַ רב, שוחט, מלמד, זיינען דאָך די ג' עמודי העולם און זיי רופט מען נטורי קרתא61. דאַרף דער שוחט זען וואָס טוט זיך אין די בתי מדרשים, ניט אין איין בית המדרש, נאָר אין די בתי מדרשים, מ'זאָל לערנען גמרא כו', וויסן וועגן חדרים, תלמוד תורות, ניט איין תלמוד תורה נאָר תלמוד תורות, ישיבות, וועגן טהרת המשפחה, אַ מקוה מי שצריך לילך, און ריידן וועגן דעם עם אלו שצריכים לידע, און שרייבן דורך צעטלען וכדומה. וואָס דאָס איז דאָך אין פלוג דעם רב'ס אַרבעט. איז דער אמת איז אַזוי, אַז דאָס איז דעם רב'ס אַרבעט, דער רב איז דער ראש העדה, ער איז די קאָפּ, אָבער אַ קאָפּ דאַרף האָבן אַ האַרץ און פיס. דער רב אויף וויפל ער זאָל זיין אַ גדול בתורה ויראת שמים, מוז ער האָבן העלפער, די שוחטים וכל העדה. דער רב דאַרף מיסד זיין חדרים, דאָס איז נוגע דעם רב. וכידוע62 שבעל המחבר ספר דעת קדושים63, שהי' רב, ובעירו אם הי' מי עושה דבר לא טוב, הי' הוא עושה תשובה על זה, דהעיר נוגע להרב, וגם להשו"ב.

* * *

וואָרום דער לימוד דאַרף זיין קמץ אלף אָ קמץ בית באָ. באָ איז דער טייטש: געקומען, דאס הייסט, דער גילוי אלקות. וואָרום אותיות זיינען כלים צו דעם גילוי אור התורה, וואָס דאָס איז חכמתו יתברך. אָבער ווען איז דאָס, אַז ער זאָגט דווקא קמץ אלף אָ קמץ בית באָ, אָבער אַז מען זאָגט ניט קמץ א כו', איז סוף כל סוף וועט דער קינד זיין, חס ושלום וחס וחלילה, אַ כופר באלקי ישראל חלילה64. אַז מען לערנט מיט אים קמץ אלף אָ קמץ בית באָ, וועט ער בלייבן אַ מאמין, וואָס אין די גילוים זאָל מיט אים ניט זיין, וועט ער בלייבן אַ מאמין באמונה שלמה. דאָס

45

הייסט, כאָטש מצד הגילוים וועט ער זיין שלא כדבעי, אָבער אַ מאמין באלקי ישראל וועט ער בלייבן.

* * *

(ואמר למלמד א'):

ער זאָל לערנען מיט די קינדער, אַז זיי זאָלן וויסן אַז דאָס איז אותיות שבהם ניתנה התורה64. דאָס הייסט דאָס איז די אותיות פון די עשרת הדברות, ניט פון די עשרה מאמרות, און מיט דעם וועסטו אים מאַכן פאַר אַ מאמין באלקי ישראל.

וואָס אַ שוחט איז אַן עמוד וואָס דאַרף מאַכן חדרים, תלמוד תורות, ישיבות וכדומה, ואם יש מניעות ועיכובים, כמו ההגבלות זמנים דזמני השחיטה, פשוט צריכים השובי"ם לעשות בקשה כו', כי צריכים זמן על קבלת עול מלכות שמים, או באופן אחר. אָבער די זאַך דאַרף שטאַרק אַרן.

* * *

ואז מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה65. דהפירוש "מצרפה" ער לייטערט זי אויס שתהי' מאירה גם במעשה הטוב. והוא כמו שלפעמים א' קם בבקר ואומר מודה אני וברכות השחר ומחליט במחשבתו להתעסק בתורה ותפלה, והולך לבית המדרש להתפלל, און אַז ער גייט אַרויס אויפן גאַס, איז עפּעס ניט אַזוי ווי פריער, עס איז עפּעס פאַרכמאַרעט66. דאָס איז במחשבה. און נאָכדעם קומט אַראָפּ בדיבור, היינו, עס באַגעגנט אים אַ צווייטער און פרעגט אים: וואָס איז דיר, זעסט אויס אַזוי פאַרכמאַרעט, איז שוין אַ דיבור אויך. איז כאָטש די החלטה איז געווען לטוב אָבער די מחשבה ודיבור איז שוין אַזוי. ויש עוד אחד שמחליט לפועל, ואחר כך יוצא לחוץ זעט ער אַלץ אַזוי לעבעדיק, ובא אצלו ההחלטה בפועל טוב.

* * *

יג. אמר שינגנו וירקדו וישחקו הנערים, אַז מען זאָל ווערן אַ טפח67 העכער פון דער ערד.

ושאל אחד איך הוא?

והשיב כ"ק אדמו"ר: ע"י עבודה כמו בהנחת תפילין וכדומה, לחכות על קיום המצוות, אתרוג לקום בבוקר בהשכמה, והיינו ע"י עבודה בפועל נעשים טפח העכער.

ושאל השואל האם ע"י זה נעשים אַ טפח העכער הלא אין מרגישים את זה?

והשיב: ישנם ענינים שבאים בהרגש אח"כ, לא בעת שרוצה להרגיש, רק שנרגש ממילא אח"כ.

ושאל הנ"ל שצריכים לבטל הרצון וא"כ איז ער ניטאָ.

והשיב: דער ענין וואָס ער איז ניטאָ דערהערט דאָס ניט די פלייש. הגוף לכשנזדכך דערהערט ער אַז דער עיקר איז אלקות, אָבער ער בלייבט במציאות של בשר, ואדרבה הוא חי מזה.

פאַראַן דער ענין פון "כלתה נפשי"68 און פאַראַן דער ענין פון "כלה שארי ולבבי"69. דאָס איז צוויי מדריגות

46

עבודה: "כלתה נפשי" איז מצד הנפש; "כלה שארי ולבבי" איז מצד הגוף, אַז דער גוף ווערט נזדכך כל כך, ואז המזונות שלו מה שהוא ניזון הוא ברוחניות.

ע"ד ווי דער טאַטע זאָגט70 אויף דעם זיידן הרה"ק ר' נחום מטשערנאביל זצוק"ל זי"ע71 שהי' שמן בגופו מעניית אמן יהא שמי' רבא. ודבר זה נתחדש בתורתו של מורנו הבעש"ט נ"ע על ידי עבודה פנימית דוקא. דמענין השגה יהי' מזה הצהבת פנים הוא דבר פשוט, וכמא'72 צהבו פניו של ר"א שמצא תוספתא חדתא דער געשמאַק פון שכל מאַכט אַ הייליקן ליכטיקן פנים. והוא דוקא מי שמתעסק בשכל אלקי, בחכמת התורה, כי להבדיל השכל דקליפה איז ניט קיין שכל באמת, דאָס איז נאָר וראיתי איש חכם בעיניו73, אָבער באמת איז גאָר קיין חכם ניט. אָבער אין חכ' דקדושה איז פון דעם נייעס פון דער השגה ווערט אַ צהיבת פנים, אַז דער פנים איז אַ אַנדערער.

אָבער דאָס איז נאָר לפי שעה, אבל שתהי' ניזון מזה ממש, כמו שניזון מאכילה ושתי', את זה פעל מורנו הבעש"ט נ"ע בתורתו ועבודתו, והיינו שע"י עבודה פנימית ווערט קענטיק אין פנים, ווי פון אַ גוטן וואַרמעס. און מען דאַרף לכה"פ אין זמנים ידועים שטייען אַ טפח העכער פון דער ערד.

ושאל עוה"פ: איך נעשים בטפח גבוה.

והשיב: אַז מען דאַרף צופיל ניט סקראָבן די דייזע74. מען דאַרף סקראָבן וויפל מען דאַרף יעמאָלט איז גוט פאַר די דייזע און פאַר די טייג. אָבער צופיל סקראָבן טויג ניט. יעמאָלט סקראָבעט מען אָפּ די דייזע אויך.

יד. (ואח"כ אמר להרי"פ75:) אַז מען זעט אַ אידן דאַרף מען עם זאָגן ביסט אַ איד. וועט ער ענטפערן יע, און דאָס קען אויך אַרויס טראָגן דעם נקודת תוכיות לבו לחוץ, מער פאַר אַלע אַנדערע ענינים פון ביטול.

דאָס וואָס מען דערמאָנט אים אַז ער איז אַ איד, וועקט מען דאָס אויף די נקודה וואָס אין טיפן האַרצן איז פאַרשלאָסן.

דער אמת איז אַז יענעמ'ס לא טוב, דאַרף זייער דער נעמען און וויי טאָן מיט אַ אמת6, אָבער אויף דעם עצם לא טוב דאַרף מען ניט קוקן און ניט אָנזען, אויף זיך אַליין איז אַנדערש, זיך דאַרף מען טאַקע מחייב זיין אין אַלץ, אויפזוכן לא טוב אפילו דעם דקות שבדקות לא טוב, און זיין פון דעם צובראָכן, פתות

47

אותה פתים76, להיות נבזה בעיני עצמו נמאס. נאָר דאָס איז אַלץ אויף זיך, אָבער אויף דעם זולת לא טוב, דאַרף מען ניט אָנזען. מ"מ איז אפילו אויף זיך טאָר מען אויך ניט מעורר זיין קיין דינים חלילה, און אויף דעם אַנדערן מכש"כ, וואָרום כללות הרע וואָס ער נעמט אַרום דעם טוב הוא עד"מ ווי אַ בריליאַנט וואָס איז אַרום געוואָקסן מיט ווילדע שטיינער, דכך הוא דרך גידולו, און דערפאַר דאַרף מען אים שלייפן, וואָס מיט דעם שלייפן נעמט מען אַראָפּ די אַרום געוואקסענע.

דאַרף אָבער דאָס אויך זיין מיט אַ סדר, און דער עיקר דאַרף מען טאָן מיט אור דערלייכטן, ווי עס איז ידוע בענין חנות של בושם וחנות של בורסקי77, דאַרף מען מיט דעם אור דערלייכטן, ועל הזולת צריכים לראות רק בטוב עין, איז מדות לא טובות דאַרף דאָך ניט זיין, דאָס איז דאָך רע ווי בשר חזיר.

ואמר אחד: אויף היגע לשון הייסט דאָס אויסגעשלאָסן.

והשיב כ"ק אדמו"ר: מען דאַרף ריידן אויף אונזער לשון, ניט קיין היגע לשון און ניט קיין דייטש, נאָר אונזער לשון, וכמאמר78 שלא שינו שמם לשונם ולבושם. איז מדות לא טובות דאַרף ניט זיין.

טו. אין דעם יאָר איז די כלי צו דער המשכה של הכתיבה טובה בשנה טובה ומתוקה דר"ה, און חתימה טובה דיוהכ"פ און גמר חתימה טובה דהו"ר, איז דא דער כלי דערצו נאָר דער קו השמחה, דעיקרה בחג הסוכות, וואָס דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז [דורך] די שמחה פון שמחת תורה זאָל אַראָפּקומען דער גוטער יאָר וואָס איז נקצב געוואָרן בר"ה יו"כ כו', אין אַ טוב ממש. אַ טוב נראה ונגלה בחסד וברחמים און זאָל אַראָפּגענומען ווערן אַלע מניעות ועיכובים אויף תורה ופרנסה און געזונט. אַלע אידן זאָלן זיין געזונט. אַז באַ אידן זאָל ניט זיין קיין געלד אויף קיין חולאת חלילה, נאָר אויף גמ"ח צדקה און תורה.

ושאל אחד: הלא יש מקומות שיש מניעה ועיכוב על לימוד התורה.

והשיב: מניעות ועיכובים דאָס איז אַלעמאָל דאָ, דאָס איז עבודת הבירור דגלות, און אַזוי איז דער סדר העבודה פון גלות (יחיש הקב"ה גאולתינו) ביז משיח'ן, נאָר דעם יאָר איז די כלי צו דער המשכה, איז נאָר קו השמחה און מיט דעם וועט מען אַראָפּנעמען די מניעות ועיכובים, און מען דאַרף דאָס מפרסם זיין.

מען האָט געדאַרפט אין דעם יאָר זען זיך מיט די רוסישע אידן יחיו, איך מיין ניט וואָס מען קומט אַהער, וויפל קאָנען

48

קומען פופציק הונדערט, ניט דאָס הייסט זען זיך מיט זיי, נאָר עס זאָל אַראָפּ די הגבלות און די עלילות פון לומדי תורה, עס זאָל זיך באַווייזן דער אמת.

מיר זיינען ניט קיין פּאָליטיקער, פּאָליטיק דאָס איז ניט אונזער עסק, אונזער עסק איז נאָר מלכות שמים.

דער באַרדיטשעווער רב הר"ר לוי יצחק זצוק"ל נ"ע הי' מתפלל מוסף בר"ה לפני העמוד, וקודם שהתחיל הקדיש אמר79: דער פּרייסישער קייסער זאָגט איך בין קייסער, דער רוסישער קייסער זאָגט איך בין קייסער, וכדומה, און איך לוי יצחק בן שרה זאָג, יתגדל ויתקדש שמי' רבא כו'.

אונז איז נוגע נאָר מלכות שמים אָן גרענעצן. זאָל דער אויבערשטער ב"ה העלפן מען זאָל זיין צוזאַמען בשמחה ובטוב לבב, דעם יאָר איז די כלי דער קו השמחה, און מיט דעם וועט מען אַראָפּנעמען די מניעות ועיכובים, און אין שמחה איז פאַראַן אַ מעלה לגבי מרירות, דבמרירות הוא עדיין מסופק אם ימולא בקשתו, ובשמחה הוא בטוח שכן יהי'.

טז. אין דעם ניגון "קול דודי דופק"80 איז דער רבי — אדמו"ר הזקן — מנקה — סקראָבעט — אַ נשמה, ער נעמט אַראָפּ אַ סירכא81.

פון דער לעצטער תנועה איז קענטיק, אָט אַזוי ווי מען זאָגט, זעסט איך בין גערעכט. הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי האָט געזאָגט, אַז דער טאַטע — אדמו"ר הזקן — האָט געקענט אַריינקריכן בקרבו של חסיד און אַרויסרייסן וואָס טויג ניט, מיט חסידות אָדער מיט אַ ניגון. און דער ניגון (קול דודי) — מאָנט.

ער — הכוונה על החסיד — זאָגט, וואָס האָסטו צו מיר — כסוס שאינו רוצה לילך וכשרוצים להנהיגו שטעלט ער זיך אויף די פאָרנסטע פיס —

זאָגט מען אים אין דעם ניגון אַזוי: דער ערשטער פאַל — הוי' אלקים אמת הוא אלקים חיים82, ואמת ה' לעולם83. דער צווייטער פאַל: למה ירדה הנשמה בגוף, דער ווייטערדיקער המשך — ווייל נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים. דער דריטער פאַל איז, וואָס נשמות זאָגן, אַז די כוונה פירט זיך אויס נאָר דורך אונז, דער ווייטערדיקער המשך איז, דער הרגש המקבל אין דער המשכה.

כ"ק אדמו"ר צוה לנגן ניגון זה כמה פעמים ובכל פעם ביאר הכוונה של הניגון ע"ד הנ"ל, רק בתיבות שונות, וצוה לתפוס הניגון היטב עם הענין הפנימי שבו, ולנגנו בזמני התוועדות אנ"ש ויפעול הרבה.

יז. (אח"כ המשיך הדיבור בענין יושבי אהל:) דער וואָס איז אין דער קו פון יושב אוהל, זאָל מיט קיין אַנדערע ענינים ניט פאַרנעמען זיך, עס ווילט זיך זיי עסק, אָבער דאָס זאָלן זיי גאָרניט טראַכטן, והיא לא תצלח, זיי וועלן אין דעם גאָר ניט מאַכן.

49

איך וויל ניט זאָגן דעם ניט, איך וויל נאָר אַז עס זאָל זיין גוט, אָבער עס איז אַזוי. און לבד זה וואָס ער דאַרף זיין אַ יושב אוהל, דאַרף ער ניט זיין אַ יושב אוהל נאָר פאַר זיך ווייל ער זאַלעוועט דעם זמן, נאָר ער דאַרף לערנען מיט דעם זולת, קובע שיעורים זיין.

אַ איש פשוט ער לויפט אַריין אין שול, די וואַסער איז פון פאָרנט, ער טוט אַ וואַש געכער די הענט און דאַוונט מנחה, בין מנחה למעריב הערט ער אַ שיעור גמרא, דער וואָס איז ניט שייך צו גמרא, איז משניות עין יעקב, און קומט אַ היים נאָך מעריב, דערציילט ער אַ מעשה פון ר' עקיבא, פון ר' אליעזר איז דאָס פועל'ט אַ ליכטיקייט אין שטוב. אַ יושב אוהל דאַרף להאיר אור, אָט אַזוי דאַרף ער זיין כמו אַ כהן, אַז ער גייט אין גאַס ווייס ער אַז ער איז אַ כהן.

כמו"כ דער יושב אהל דאַרף וויסן אַז ער איז אַ יושב אהל, אַזוי דאַרף ער זיין, ווי דער וואָס גייט צינדען די לאָמפּן אין די גאַסן איז גרויסט ער זיך ניט מיט דעם, דאָס איז דאָך זיין אַרבעט, ער דאַרף אַרום גיין מיט אַ לאַנגן שטעקן אָפּ דרייען די קרענטלעך פון די לאָמפּן עס זאָל ליכטיק ווערן84. אַזוי איז אַ יושב אהל, ער דאַרף גאָר צו דעם קיינע הכנות כ"א יאיר ממילא. כמו שמכניסין נר לבית שאין צריכים לחשוב שיאיר הנר. כן השמש, שמאיר ממילא. וכן היושב אהל צריך להאיר אור זה בלבד, אלא שהוא כמשל ההולך להדליק את המנורות, דפעולתו רק בענין הברכה85, לגלות ולהמשיך ממה שישנו בהעלם כבר, ורק מה שיש עליו דבר המונע והוא מסיר את המונע והאור נגלה ומאיר, אבל צריכים להמשיך המשכה חדשה ממקורה ושרשה כענין יהי רצון85 לשנות כו' לרפאות כו'.

יח. הייתי רוצה להעמיד בית דין של כ"ג לאמר לחיים יחד, ונחליט ונפסק הלכה פסוקה כי ההמשכה טובה דשנה זו, שנמשכה בכתיבה דר"ה בשנה טובה ומתוקה, וחתימה דיוהכ"פ וגמר חתימה טובה דהוש"ר86 יומשך למטה בטוב הנראה והנגלה בלי שום מונע ומעכב, ובקרוב. והב"ד יקבלו ע"ע לעשות כלים טהורים נעימים ועריבים לאלקות בעבודתם, וב"ד זה יהי' דינא דאיהו רחמי87, ברשות התורה ובכח התורה, דבעבודה דשנה זו הכלי אל ההמשכה הוא בקו של שמחה אשר בעזרתו ית' יהי' אַ סאַך צו טאָן געשמאַקע עבודות, וצריכים לזה התאחדות והתקשרות. וכמו א' כשקם משנתו ונוטל ידיו טוט ער אַ רייב דעם שטערן וואָס איז דאָס, דאָס איז ער כאַפּט זיך אַז ער האָט אַ קאָפּ, דאָס הייסט דער חיות כללי. אַזוי דאַרף יעדער זיין מקושר אל הראש, להתאחד ולהתקשר כו'.

כ"ק אדמו"ר אמר לרי"פ: דאָס איז דיין אַרבעט שרייבן אין אַלע שטעטלעך עס זאָל זיין בכל מקום משפיעים.

ושאל הרי"פ, האם הכוונה שבכל מקום צריכים למצוא במקום ההוא מי שיש ביכולתו להיות משפיע?

והשיב: כן, ועי"ז יהי' מתאחדים ומתקשרים בהראש.

50

ושאל הרי"פ אם הכוונה לפי שהמשפיע יותר קרוב אל הראש (והי' נראה כהסכם מכ"ק).

ואמר כ"ק אדמו"ר: אַז דער עיקר איז דער דור דעכשיו שהוא עקבתא דמשיחא ממש — איז דער עיקר דער דור, ווייל די עקביים איז דער עיקר הקיום. נאָר אין די עקביים קלייבט זיך פסולת מזיעה וזוהמה כו', דערפאַר איז איצט די התגברות פון רע, לזאת דאַרף מען איצט מאיר אור זיין וועט דער רע נדחה ווערן עס זאָל זיין כמו בתחלת הבריאה דכחו לברוא רע, איז דאָך רע אויך אַ בריאה, נאָר מקומו איז געווען בתחתית הארץ88 וע"י העבודה פנימית לוקחים ומבררים ניצוצי הטוב הנבלע בהם. דער עיקר איז דער דור פון עקבות משיחא.

גיין אויפן קאָפּ איז ניט קיין סדר, מען דאַרף גיין אויף די פיס דאָס איז דער מעמיד הגוף, און כמו"כ איז דער מעמד כללי פון די שית אלפי שני דהוה עלמא, איז עקבות משיחא אַ עיקר. משה רבינו האָט געזאָגט די מלאכים89 כלום יצה"ר יש בכם, אבל לא אמר להם התגברו על היצה"ר, ודור דעקבות משיחא בהם הוא התגברות על היצה"ר איז דאָס דער עיקר הכוונה.

די כוונה פירט זיך ניט אויס מיט עתיק דאצילות ברדל"א, נאָר ווי עתיק דאצילות נעשה כתר ועתיק לבי"ע, איז דאַרף מען זיין מאורי אור.

וזהו העבודה דיושבי אהל, אשר בהם צריך להיות עבודה פנימי', ליגן אין אַ ענין ביז ער וועט אים קלאָר ווערן אַז דער ענין וועט זיין ברור אצלו, און ער זאָל דאָס דערציילן ווי איינער דערציילט אַ ענין גשמי וואָס איז קלאָר ביי אים, עד שמתעצם הענין אצלו והוא חי בזה.

וזהו העבודה דיושבי אהל, טאָן אין אַ ענין, אין אַ שטיקל תניא, אַ שטיקל תורה אור, וויפל דאָס איז, צען שורות סליק ענינא. תניא און תורה אור איז במקום יחידות, דער וואָס גייט ניט אויף יחידות זאָל ער זיך צוטראָגן צו אַ שטיקל תניא, תורה אור. דאָס (תניא ותורה אור) איז געבליבן ווי דער עצמי איז. אין לקו"ת איז שייך השגה והעיון שמביא הוא להשיג הענין בהרחב ובהסבר יותר. אבל תניא ותורה אור איז געבליבן ווי דער עצמי. באגה"ק90 איתא דהלוחות היו כולו פנים. ולוחות האחרונות עם שהיו ג"כ בבחי' פנים אבל אין זה כמו לוחות הראשונות91. דבענין החסידות הוא תניא ותורה אור כענין לוחות הראשונות. און דאָס פועל'ט ווי יחידות, וכמו שאמר לי [...] אַז אַזאַ וואָס אים איז שווער צו גיין אויף יחידות, מאיזה סיבה שתהי', איז תניא ותורה אור במקום יחידות, דאַרף ער ליגן אין דעם.

שאל אחד, זה שתניא ותו"א הם במקום יחידות הוא רק בעניני עבודה אבל לא בהנוגע לענין התיקונים?

51

והשיב: ודאי כן, דבענין התיקונים הוא אַ ריצעפּט, וואָס אפילו די עניני התיקונים וואָס שטייען איז דאָך אויך ניט אַלעמען גלייך, דאָס דאַרף מען נאָר אויף יחידות.

יט. דרושי דא"ח הנאמרים בארוכה צ"ל כן מצד האומר, אבל מצד המקבלים שאין ביכלתם לקבל [...] בדרושי כ"ק אאמו"ר הרה"ק זי"ע ישנם חילוקים92, עד רס"ה בארוכה, מרס"ה בקצרה, ואח"כ ברס"ו עוד יותר בקצרה, רק שהדרושים המה שבעים, זאַטע, דרושים מיט ריבוי אור, אבל לא באריכות כ"כ.

ושאל אחד: אם הכוונה נאָר אין עבודה אָבער לערנען דאַרף מען אַלץ.

והשיב: כן. דער וואָס קאָן טאָן ממש אַלעס דאָס איז שוין אַ מתנה מלמעלה. ישנם כאלו וואָס האָבן אַ געזונטע גלגלת, דאָס הייסט ניט אין מוחין, נאָר אין גלגלת קען ער מקיף זיין אַ ענין, און ער וועט אַרויף קומען אויף דעם.

כ. צריכים להשתדל בכל עיר ועיר, אַז די שולן זאָלן זיין אָפן כ"ד שעות היום, די שולן דאַרפן קיינמאָל ניט זיין פאַרשלאָסן. אַ איד גייט אַריין אָנוואַרעמען זיך. און אַ גבאי וואָס לאָזט ניט האַלטן אָפן די שול, דאַרף מען אים אַראָפּוואַרפן, נאָר אָן מחלוקת, מחלוקת דאַרף ניט זיין. אָבער מען דאַרף זען אַז די שול זאָל זיין אָפן כ"ד שעות היום. דאָס איז אַ דין, אָט אַזוי דאַרף זיין. אַ איד אַז ער דאַרף זיך אָנוואַרעמען, גייט ער אַריין אין שול וואַרעמט ער זיך אָן מיט אַ שטיקל מדרש. מיט אַ מדרש וואַרעמט זיך אָן אַ איד.

מען זאָל מכריז זיין בכל מקום ומקום, אַז וואו נאָר עס איז דאָ אַ חסידישער מנין, זאָל ער זיין אָפן גאַנצע כ"ד שעות.

אויף די חסידישע מנינים בין איך דאָך דעם טאַטנס אַ זון, איך בין דאָך ניט קיין בעל דעה אויף אַלעמען, אָבער ביי חסידים בין איך דאָך דעם טאַטנס אַ קינד. איז אַלע חסידישע שולן דאַרפן זיין אָפן אַלע כ"ד שעות היום93.

שאל אחד: איך אפשר גם בלילה.

והשיב: אין כוונתי להניח הפקר ח"ו, וצריכים לסגור על זמן השינה, ואם ישן בבית הכנסת איז נאָך בעסער93. און מ'זאָל מאַכן אז איינער זאָל זיך געפינען אין שול זיצן און לערנען וועט ער במילא היטן די שול. וואָרום אַ שול דאַרף זיין אָפן אַ גאַנצן טאָג, און דאָס דאַרף זיין ווי אַ דין פון שולחן­ערוך, כמו בענין עמידת העמוד שצריך להיות מימין הארון94, בריחוק קצת לאמצע החדר, נגד שלחן­הקריאה, אזוי דאַרף זיין דאָס וואָס די שול דאַרף זיין אָפן, אַז יעדער איד זאָל קומען דאַוונען און לערנען.

כא. אחד הזכיר על דבר משקה שיקח מצד הפקודה, ווייל מיר לעבן אויף פקודות.

ואמר כ"ק אדמו"ר: די וואַרשעווער פאַרשטייען ניט קיין דיסציפּלין95. זיי

52

ווייסן יע דיסציפּלין, נאָר עפ"י השכל. אין ליובאַווויטש איז געווען פקודות, און די וואָס האָבן זיך געהאָדעוועט אויף פקודות זיינען ווי אַ קאָזאַק.

אַ קאָזאַק בעת ער זעצט זיך אויף דעם פערד, יעמולט איז ער און דער פערד מיט דער פיקע96 איין זאַך.

אַזוי די וואָס האָבן זיך געהאָדעוועט אין ליובאַוויטש, איז די אותיות התורה — דאותיות התורה הם הסוסים — והלב, כמשל די פיקע, מיט דעם מוח (דער השגה) — איין זאַך.

ושאל אחד: א"כ המוח בהמשל הוא הקאָזאַק.

והשיב: כן. המוח כשיש לו לב ואותיות התורה איז ער אַ קאָזאַק.

ושאל אחד: מפני מה הלב נמשל לפיקע.

והשיב: לפי שהלב מביא אל הפועל.

כב. אח"כ שאל אחד: מאחר דבשנה זו העיקר (הכלי) הוא קו השמחה, א"כ יהי' עבודה בנקל יותר.

ואמר כ"ק אדמו"ר: באַ יושבי אהל איז ניטאָ קיין גרינג, מיר ווייסן ניט פון גרינג, מיר ווייסן נאָר פון שווער. נאָר עס איז זיס, אַ זיסע עבודה (חסר קצת), אַ זיסע עבודה, זיס אָבער שווער.

אַ בעל עסק האָט דאָך גרינגע עבודות, ער שטייט אויף אינדערפרי און לויפט דאַוונען, ער זאָגט טאַקע גיך, אָבער ער האָט זיין עבודה, ער לויפט אין גאַס, באַגעגנט עם איינער און בעט ביי אים אַ גמילת­חסד, אַ פינף­און­צוואַנציקער. ענטפערט ער: אויב אויף אַ טאָג צוויי, גיב איך דיר. און נעמט אַרויס און גיט גלייך.

וואָס אַ יושב אהל איז ניט דאָס זיינע עבודות.

— ער דאַרף אויך לייען אַ גמ"ח והדומה, אבל לא זהו עבודתו כלל —

און ער דאַרף האָרעווען שווער ווי דער סדר היום איז, ברכות השחר דאַרף ער ניט זאָגן במהירות נאָר במתינות, און הערן פירוש המילות, און הכוונה פון כובד ראש קודם התפלה97, או בעת התפלה.

וואָס באַ אַ יושב אהל איז ניטאָ קיין גרינגע, וויילע מיר זיינען דאָך פראָנטאָוויקעס ווי נא שטאכי

זיי98 האָבן גענומען אַ וואָרט "חלוץ", בשעת מען לייענט (דעם וואָרט "חלוץ") אין דער תורה99, איז מיר זייער שווער דאָס וואָס זיי האָבן גענומען דעם וואָרט.

אָבער מיר זיינען דאָך פראָנטאָ­וויקעס, און אַז מען איז אויף דעם פראָנט שטייט מען אין מס"נ, ער דאַרף גיין נא שטאכי.

מיט איין וואָרט: באַ יושבי אהל איז ניטאָ קיין גרינג, נאָר זיס — דאָס יע.

כתיב "יצא אדם לפעלו ולעבודתו עדי ערב"100, ד"אל יפטר אדם מחבירו אלא מתוך דבר הלכה"101, הפירוש "דבר הלכה" איז "הליכות עולם לו"102, הילוך אין עולם. דאָס הייסט גילוי אלקות אין

53

עולם, וואָס עולם איז טבע103, ניט למעלה מן הטבע, נאָר אין טבע. והמשכת גילוי אלקות אין עולם איז ע"י עבודה ויגיעה, וואָס מען דאַרף האָרעווען, ווייל למעלה מהטבע אין טבע איז דאָס המשכה פון ניט מציאות אין מציאות, און דאָס איז ביגיעה דוקא.

וזהו "יצא אדם לפעלו", דאָס איז דער פועל פון אַ אדם. און וויפל איז דער שיעור פון האָרעווען — "עדי ערב", ביז עס ווערט זיס104. דברים הגשמיים זיינען בבריאתם ביטער, וכמו המים שניתן למשה105, וכן כל מה שנברא צריך תיקון, וכמאמר לעשות לתקן106, דורך עבודה דאַרף מען די גשמיות מאַכן זיס. און דאָס קומט דורך עבודה ויגיעה, קיין גרינגע איז ניטאָ, עס איז זיס אָבער שווער.

וסיים כ"ק אדמו"ר: דאָס ענטפער איך דיר, קעגן דעם וואָס דו זאָגסט, גרינג.


1) חלק משיחה זו (סעיף ז וסעיף יב) י"ל בפ"ע בהוצאת קה"ת — ב' ניסן תשכ"ב. ובה"פתח­דבר" שם:

אין דעם חוברת ווערט ארויסגעגעבן אן אויסצוג פון א שיחה — לויט א פארצייכענונג פון איינעם פון די הערער — וואס כ"ק אדמו"ר ר' יוסף יצחק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט גערעדט וועגן דער עבודה פון א שוחט — שמחת תורה תרפ"ט.

{_*_} {_*_} {_*_}

די הערות ומראי מקומות זיינען פון כ"ק אדמו"ר שליט"א.

"מערכת אוצר החסידים"

2) כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע.

3) כ"ק אדמו"ר מהר"ש נ"ע.

4) ראה גם ד"ה באתי לגני תשי"ג פ"ו (סה"מ מלוקט ח"א ע' לד). לקוטי שיחות ח"ג ע' 806. ועוד.

5) ע"פ קהלת ז, כט.

6) ראה גם אגרות­קודש ח"ה ס"ע קא ואילך (הועתק ב"היום יום" יב כסלו).

7) ראה גם לקמן ע' 62. ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 83.

8) ראה רמב"ם הל' דעות רפ"ד. וראה מקומות שצויינו בהערה 4.

9) שבת לב, ב. תענית ט, א. כב, א.

10) תהלים קמה, ג. שם, ח.

11) קונים.

12) רש"י הכהן כ"ץ. נזכר בספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 335.

זקנו ר' וועלוול הי' אחד מחברי ה"קאפעליע" של אדמו"ר האמצעי* — ראה ספר השיחות תש"ג ע' 97. שיחת תמוז תש"ד להמסדר דספר הניגונים (נדפסה בספר הניגונים ח"א ע' מט).

*) ע"ד ה"קאפעליע" — ראה אגרות­קודש ח"ג ע' תמד ואילך (הועתק ב"היום יום" כה תשרי). ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 254. תש"ב ע' 122.

13) להעיר מהמבואר בנוגע עשירותו של אדמו"ר מהר"ש — ראה אגרות­קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ב ע' ריא. שיחות: ש"פ האזינו, י"ג תשרי תשי"ב. ש"פ מקץ תשט"ז בסופה. פורים תשכ"ח. מוצש"ק האזינו, י"ג תשרי תשל"ט. י"ג תשרי תש"מ. י"ג תשרי תשמ"ג (התוועדויות ח"א ע' 150). י"ג תשרי תשד"מ (התוועדויות ח"א ס"ע 154 ואילך). מוצש"ק צו, אור לי"ג ניסן תשמ"ז (התוועדויות ח"ג ע' 97). ועוד.

14) ראה ב"ר פט"ז, ב. שמו"ר רפל"ה. וראה שיחת ש"פ מקץ שבהערה הקודמת. ועוד.

15) חולין ז, א. וראה ספרי הרב המגיד — לקוטי אמרים נז, ד ואילך. אור תורה לא, ג ואילך.

16) ראה מכילתא ופרש"י יתרו יט, יז. פרש"י ברכה לג, ב.

*16) תו"א הוספות שמות קו, א. ובכ"מ.

17) מתווך, סרסור.

18) ראה כתר שם טוב יח, ג. נג, ד. לקו"ת תצא לו, ד. האזינו עא, ד. ובכ"מ.

19) ראה לעיל ע' 35. וש"נ.

20) קרחת.

21) ראה ע"ז לה, ב. רמב"ם הל' מאכלות אסורות פי"ז ה"ט. טושו"ע יו"ד סקי"ג ואילך. ועוד.

22) ע"ז שם. וראה רמב"ם שם פ"ח הי"ז­ח. פי"ג ה"י. ועוד.

23) ע"ז שם, א.

24) ויקרא ב, ז.

25) לזחול.

26) ביצה יא, א. בבא בתרא כג, ב.

27) תנחומא נשא טז. ועוד. תניא פל"ו.

28) תהלים קלב, יג.

29) ראה עמק המלך שער שעשועי המלך רפ"א. שעהיוה"א פ"ד (עט, א). וראה הערת כ"ק אדמו"ר במאמרי אדמו"ר האמצעי קונטרסים ע' ה.

30) תקו"ז תנ"ז (צא, ב). שעהיוה"א פ"ז (פג, ב).

31) אבות פ"ב מט"ו.

32) שבת קנא, ב. וראה ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 32. אגרות­קודש ח"ה ע' קיח. ח"ז ע' ס. לקמן ע' 207.

33) משלי יח, כג.

34) סעיף זה י"ל בפ"ע כנ"ל הערה 1.

35) ר' מרדכי חפץ מדיסנא. שו"ב בריגא. ראה אודותו ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 18 ובהערה 39. נזכר לקמן ע' 68. 168. 206.

36) ראה גם שיחת כ' אדר שני תרצ"ב.

37) בית מטבחים.

38) איש ומאכלת בידו. — ראה אגרות­קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ב ע' שפא. חי"ג ע' קסח. חי"ז ע' רצה. וראה גם אגרות­קודש חי"ג ע' תקכה. ולהעיר מד"ה להבין ענין שו"ב במאמרי אדה"ז ענינים ע' תי.

39) תולדות כז, ג.

40) ראה דעת זקנים מבעה"ת וחזקוני תולדות (כז, ג). ס' הליקוטים להאריז"ל שם. — הערת כ"ק אדמו"ר (כנ"ל הערה 1).

41) להעיר מד"ה עלה אלקים דשנה שיחה זו (תרפ"ט* — נדפס (בקופיר) בשנת ה'תש"ו). — הערת כ"ק אדמו"ר (כנ"ל הערה 1).

42) להעיר משבת [קנו,] א. — הערת כ"ק אדמו"ר (כנ"ל הערה 1).

43) להעיר מנוסח הרחמן לברית מילה: הרחמן הוא יברך המל בשר הערלה. . איש הירא ורך הלבב עבודתו פסולה.

44) ראה לקו"ת בהעלותך לא, ד. ועוד. — הערת כ"ק אדמו"ר (כנ"ל הערה 1).

45) אוצ"ל: נדרים. — ראה לקו"ת מטות פב, ב (ומציין שם ללקו"ת בהעלותך שבהערה הקודמת). ובכ"מ.

46) להעיר מזהר חדש בראשית סד"ה א"ר יוסי בן פזי (יא, סע"ג). — הערת כ"ק אדמו"ר (כנ"ל הערה 1).

*) סה"מ תרפ"ט (קה"ת, תש"נ) ע' 25 ואילך. המו"ל.

47) אולי אפ"ל: רב — תורה, קו האמצעי. שוחט — כנ"ל גבורה. מלמד — מביאו לחיי העוה"ב (ב"מ לג, א) — גמ"ח. — הערת כ"ק אדמו"ר (כנ"ל הערה 1).

48) כנראה הכוונה לחוקים.

49) משקפים.

50) להעיר מש"ך יו"ד סל"ג סקל"ט. וש"נ. וראה ספר השיחות תש"ג ע' 83. קונטרס אדמו"ר הצ"צ ותנועת ההשכלה ע' 24.

51) הובא ונתבאר לרוב ע"י כ"ק אדמו"ר — ראה לקוטי שיחות חלק כה ע' 481. חלק כט ע' 286. שיחת ה' טבת וי"ב טבת תשמ"ז (התוועדויות ח"ב ע' 173. ע' 236 הערה 10). ספר השיחות תשמ"ח ח"א ע' 279. ספר השיחות תש"נ ח"ב ע' 538 הערה 75. ספר השיחות תשנ"ב ח"א ע' 40 הערה 32. ועוד.

ומשנת תשמ"ז ואילך אמר כ"ק אדמו"ר כו"כ פעמים, שבימינו אלו נסתיימה גם העבודה דצחצוח הכפתורים — ראה שיחת ש"פ שמות תשמ"ז (התוועדויות ח"ב ע' 301). ד"ה עבדים היינו וסד"ה ונקדשתי — תשמ"ח. ספר השיחות תשמ"ח ח"א ע' 355. ע' 365 הערה 81. ספר השיחות תנש"א ח"א ע' 138. ח"ב ע' 595. ספר השיחות תשנ"ב ח"א ע' 163. ע' 173 ובהערה 66. ח"ב ע' 350 ואילך. ועוד.

51) הובא ונתבאר לרוב ע"י כ"ק אדמו"ר — ראה לקוטי שיחות חלק כה ע' 481. חלק כט ע' 286. שיחת ה' טבת וי"ב טבת תשמ"ז (התוועדויות ח"ב ע' 173. ע' 236 הערה 10). ספר השיחות תשמ"ח ח"א ע' 279. ספר השיחות תש"נ ח"ב ע' 538 הערה 75. ספר השיחות תשנ"ב ח"א ע' 40 הערה 32. ועוד.

ומשנת תשמ"ז ואילך אמר כ"ק אדמו"ר כו"כ פעמים, שבימינו אלו נסתיימה גם העבודה דצחצוח הכפתורים — ראה שיחת ש"פ שמות תשמ"ז (התוועדויות ח"ב ע' 301). ד"ה עבדים היינו וסד"ה ונקדשתי — תשמ"ח. ספר השיחות תשמ"ח ח"א ע' 355. ע' 365 הערה 81. ספר השיחות תנש"א ח"א ע' 138. ח"ב ע' 595. ספר השיחות תשנ"ב ח"א ע' 163. ע' 173 ובהערה 66. ח"ב ע' 350 ואילך. ועוד.

52) ישעי' כו, יט.

53) יומא פו, ב. תניא פ"ז.

54) ראה יד, א.

55) להעיר מב"ר פל"ט, ט. פנ"ה, ז. וראה סה"מ תש"א ע' 71.

56) ראה גם ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 312. לקוטי שיחות ח"ג ע' 982.

57) סעיף זה י"ל בפ"ע כנ"ל הערה 1.

58) תוספתא חולין ספ"ז (עיי"ש במפרשים). בשר מן החי — הוא טריפה (חולין קב, ב). — הערת כ"ק אדמו"ר (כנ"ל הערה 1).

59) לשון הרושם — וצע"ק הכוונה. — הערת כ"ק אדמו"ר (כנ"ל הערה 1).

60) עיין לקו"ת הנ"ל [הערה 44]. — הערת כ"ק אדמו"ר (כנ"ל הערה 1).

61) ראה ירושלמי חגיגה פ"א ה"ז. — הערת כ"ק אדמו"ר (כנ"ל הערה 1).

62) ראה גם אגרות­קודש ח"ג ע' תסה בשוה"ג.

63) הרה"ג וכו' הר"ר אברהם דוד וואהרמאן מבוטשאטש (ו' אדר תקל"א — ער"ח מרחשון תר"א). ראה אודותו — ספר דור דעה (לרי"א קאמעלהאר) ח"ב ע' קצט ואילך. קובץ יגדיל תורה ניו יארק שנה ז חוברת נ ע' יג ואילך.

64) ראה גם סה"מ תרפ"ז ע' ר. תרפ"ט ע' 116. ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 39. לקמן ע' 127. ע' 159. ע' 178­177. ע' 206. ספר השיחות תש"א ע' 88. אגרות­קודש ח"ב ע' תצ ואילך. ח"ז ע' קמב ואילך. ועוד.

64) ראה גם סה"מ תרפ"ז ע' ר. תרפ"ט ע' 116. ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 39. לקמן ע' 127. ע' 159. ע' 178­177. ע' 206. ספר השיחות תש"א ע' 88. אגרות­קודש ח"ב ע' תצ ואילך. ח"ז ע' קמב ואילך. ועוד.

65) קידושין מ, א.

66) עצוב.

67) ראה לעיל ע' 13 הערה 14.

68) תהלים פד, ג.

69) שם עג, כו.

70) סה"מ תרע"ח ע' קצט. סה"מ תש"ב ע' 79. לקמן ע' 166. "היום היום" טו תמוז. לקוטי שיחות ח"א ע' 33. וראה גם אור תורה להרב המגיד כא, סע"א. סה"מ תרס"ט ע' נ.

71) אמו של רבינו הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה היתה בת הרה"ק ר' יוסף יצחק (בן כ"ק אדמו"ר הצ"צ) והרבנית מרת חנה, בת הרה"ק ר' יעקב ישראל מטשערקאס, בן הרה"ק ר' מרדכי מטשערנאביל, בן הרה"ק ר' מנחם נחום מטשערנאביל (ראה אגרות­קודש ח"ב ע' כו). נסתלק יא מרחשון תקנ"ח (אגרות­קודש ח"ד ע' תסו).

72) ראה ירושלמי שבת פ"ח ה"א. קה"ר פ"ח, א (ד). לקו"ת צו ט, א. מסעי צג, ב. סה"מ תרח"ץ ע' נט. ובכ"מ.

73) ע"פ משלי כו, יג.

74) מלוש (קנעט­מאשין).

75) הר"ר יחזקאל פייגין. משנת תרפ"ז ואילך מזכירו של רבינו. — ראה אודותו: ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 51 הערה 1.

6) ראה גם אגרות­קודש ח"ה ס"ע קא ואילך (הועתק ב"היום יום" יב כסלו).

76) ע"פ ויקרא ב, ו.

77) ראה מדרש משלי פרשה יג: הולך את חכמים יחכם ורוע כסילים ירוע. משל למי שנכנס לחנותו של בשם אע"פ שאינו מוכר לו ואינו לוקח ממנו הוא יוצא וריחו וריח בגדיו מבושמין ואין ריחו זז ממנו כל היום, עליו הוא אומר הולך את חכמים יחכם. ורועה כסילים ירוע, משל לאחד שנכנס לחנותו של בורסקי אע"פ שאינו מוכר לו ואינו לוקח ממנו הוא יוצא וריחו וריח בגדיו מלוכלכין, ואין ריחו וריח בגדיו זז ממנו כל היום, ועליו הוא אומר ורועה כסילים ירוע.

78) שמם ולשונם — שמו"ר פ"א, כח. ויק"ר פל"ב, ה. לבושם — מדרש לקח טוב וארא ו, ו. תבוא כו, ה. וראה אגרות­קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א חט"ו ע' קיח. תורה שלימה שמות מילואים ע' רלט. וארא מילואים ע' קטז.

79) ראה גם ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 29.

80) מעשרת הניגונים של כ"ק אדמו"ר הזקן. וראה תוי הניגון בספר הניגונים חלק א ניגון כו (ע' 20­19).

81) ע"ד "סירכות הריאה" ברוחניות — ראה לקו"ת דרושים לר"ה סב, ב. סה"מ תרח"ץ ע' רפד. וראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 136. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 310. קיץ ה'ש"ת ע' 84. תש"ה ע' 119.

82) ירמי' י, י.

83) תהלים קיז, ב.

84) להעיר מספר השיחות תש"א ע' 136. שיחת יב תמוז תשכ"ב.

85) ראה ד"ה אריב"ל בסה"מ תרכ"ט בתחילתו. ובכ"מ.

85) ראה ד"ה אריב"ל בסה"מ תרכ"ט בתחילתו. ובכ"מ.

86) ראה זח"ג לב, א. אור החמה לזח"א רכ, א. ועוד.

87) ראה תקו"ז בהקדמה (יז, ב).

88) ראה לקוטי תורה להאריז"ל בראשית (ד"ה ונבאר מעלת אדה"ר). סה"מ תרנ"ט ע' קעו (ועם הוספות ושינויים — סה"מ תש"ד ע' 139 ואילך). עטר"ת ע' תטו (ועם הוספות ושינויים — סה"מ תרפ"ו ע' רכח). לקוטי שיחות חכ"ה ע' 429 הערה 52. ועוד.

89) שבת פט, א.

90) קונטרס אחרון ד"ה דוד זמירות קרית להו (קסא, א). וראה מקומות שצויינו בהערה הבאה.

91) ראה הגהות כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע לד"ה פתח אליהו שבתו"א — תרנ"ח (ס"ע ב ואילך בשוה"ג). סה"מ תרנ"ג ע' קפא ואילך. שם ע' רלו. המשך תרס"ו ע' פז. סה"מ תרפ"ו ע' קפט. סה"מ תרפ"ט ע' 57 ואילך. ועוד.

92) אולי הכוונה לאופן אמירתם. ע"ד מאמרי כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע — ראה גם לקמן ע' 96 ואילך.

93) ראה גם לקמן ע' 61. ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 38.

93) ראה גם לקמן ע' 61. ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 38.

94) ראה הלכות בית הכנסת בהוספות לספר שער הכולל (להרא"ד לאוואוט). ולהעיר משו"ע אדה"ז או"ח סקל"א ס"א: והש"ץ העומד מימין הארון.

95) משמעת, ציות.

96) רומח.

97) ברכות רפ"ה.

98) הציונים.

99) מטות לב, כא; כח; ל.

100) תהלים קד, כג.

101) ברכות לא, א.

102) חבקוק ג, ו.

103) ראה גם מאמרי שנה זו — סה"מ תרפ"ט ע' 43. ע' 205 ואילך. ע' 228.

104) ראה גם סד"ה יצא אדם לפעלו בסה"מ אידיש ס"ע 203. אגרות­קודש ח"ג ע' תלב (הועתק ב"היום יום" א אדר א).

105) בשלח טו, כג ואילך.

106) ראה ב"ר פי"א, ו ובפירוש (המיוחס ל)רש"י.