ליל א, י"ט כסלו, תרפ"ט, ריגא1

55

א. כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר: מה שנתחדש בדרוש וכל בניך2 בווארשא יותר מהנאמר פה3 שאמר אאמו"ר שיאמר כן, שפעם4 בא אחד לאדמו"ר הצ"צ וא"ל: מי טרעט אַף מיר די גאַנצע

56

שטיבעל, מי הערט זיין דעה ניט וכו' — (אמר כ"ק אד"ש: ער איז געוען אַ משכיל, אַ משיג) — והשיב לו: ואָס דאַרפסט זיך שפּרייטען איבערען גאַנצין שטיבעל אַז וואו מי טרעט, טרעט מען אַף דיר.

ואמר אדמו"ר הצ"צ: יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו5, כשם שיעזוב רשע, רשע ממש צריך לעזוב את דרכו הרעה שלא יהי' עוד רשע, כן איש און אַ שטאַרקער מענש — ער האָט געטייטשט "אָון" לשון און שטאַרקייט6 — דער וואָס איז שטאַרק באַ זיך, אַז זיין דעה איז אַ דעה, זיין השגה איז אַ השגה, זיין איך איז אַ איך, יעזוב מחשבותיו, ער דאַרף אַוועקלאָזן זיינע מחשבות, אויס איך, אַז איך בין גאָרניט. ער דאַרף זיך צוברעכן אַז ער זאָל זיין בפועל ממש ונפשי7 כעפר לכל תהי'8.

אַמאָל פלעגט מען רעדען חסידות קורץ, האָט אַמאָל9 געזאָגט דער רבי10 פון מעזריטשער מגיד פון בעש"ט'ס וועגען11, אַז ואהבת לרעך כמוך12 איז אַ פירוש וביאור אויף ואהבת את הוי' אלקיך13. אַז מ'האָט האָלט אַ אידען, האָט מען האָלט דעם אויבערשטען14, ווייל אַ איד האָט דאָך אין זיך אַ חלק אלקה ממעל15, איז אַז מ'האָט האָלט דעם אידען, דעם אינוועניק פון עם, איז ממילא האָט מען האָלט דעם אויבערשטען16.

57

ב. אַ חסידישער איד דאַרף דעם באָרד ניט שערן, מאַכן אַ שפּיץ בערדל אַ פראַנצוסקי בערדל, פע, דער זיידע17 זאָגט אַז עס איז אַ איסור דאורייתא18, און ער איז דער מרא דאתרא ביי חסידים. איר אַלטע וואָס איר זייט געווען ביי דעם זיידן, ביי דעם טאַטן, ביי די פעטערס, ביי די שוועסטער­קינדער — איר האָט אַלע געזען גילוי

58

אור, ווי אַזוי זייט איר מחלל את השם, איך וויל אייך גאָר ניט זען אַזוי, מילא די יונגע וואָס האָבן נאָך קיין אור ניט געזען, זיי דאַרף מען מקרב זיין, אָבער איר אַלטע ווי ווערט דאָס בא אייך רעכט תירוצים באנק וכו', דער זיידע דער מרא דאתרא האָט דאָך אָבער גע'אסר'ט (ובכה הרבה באמרו הדברים האלה)19.

ג. אמר לחיים להתמימים במדינתינו, ואמר: וואָס ווינטשן? מיר זאָלן זיין באיחוד איז פאַרשפּאָרט, עס איז ניטאָ אַ רגע20 וואָס איך טראַכט ניט וועגן זיי און זיי וועגן מיר. דער אויבערשטער זאָל געבן עס זאָל אַראָפּ אַלע העלמות וכו'.

ד. צוה לשלוח טעלעגראם לכמה עיירות מרוסלאנד21.

שאל אותו שמעון יצחק22 איך לחתום. ואמר: ער זאָל דערמאָנען זיין נאָמען וועט זיין אַ רחמנות אויף זיי ד.ה. ניט אויף זיי נאָר אויף [...], שרייבט ראדסטוועניק, אַלע אידן שומרי תורה זיינען מיר שוועסטער­קינדער און חסידים זיינען מיר ברידער און תמימים זיינען ממש פון איין טאַטן און פון איין מאַמען.

59

ה. אחד ביקש שיאמר דא"ח, ואמר כ"ק אדמו"ר: מען איז מיר מכריח צו ריידן חסידות, אויף ריידן חסידות דאַרף מען האָבן די כותלי החדר, אַ נשמה איז מלובש אין אַ גוף און אַ גוף אין לבושים און די לבושים אין כותלי החדר, און דאָס איז די הכנות צו ריידן חסידות. נאָר מען איז מיר מכריח איז אָן אַ אישור און אָן אַ יאַרליק23 כו'.

ו. מקדשין את החג. פאַראַן דער חילוק פון שבת ביז יו"ט, שבת איז מיקדשא וקיימא24 און יו"ט דאַרף האָבן ב"ד זאָלן מקדש זיין25. י"ט כסלו איז ווי שבת און מען האָט דאָס מקדש געווען, נאָר מען דאַרף עס אויך מקדש זיין.

אמר אחד ששמע מאיש זקן מראדמיסלא26 ששמע מחותנו ר' זלמן מאיר רפאל'ס27 אַז דער אלטער רבי האָט געזאָגט: איך האָב מקדיש געווען דעם טאָג פון י"ט כסלו אַזוי ווי יוה"כ, אַז וואָס אַ איד וועט בעטן וועט ער אויסבעטן.

ויען כ"ק אדמו"ר: עס איז נשקשה. ואח"כ חזר הדברים כמה פעמים בהמשך הלילה.

ז. אמר לסוחר אחד שבהליכתו מקאנטאר לקאנטאר28 יחשוב לכה"פ בקיצור שנתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים29.

אמר בדרך צחות: מען דאַרף אַביסל אַ טראַכט טאָן אַז נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים, איי אַז איר שיקט מיר צו אַ אוטא און איך פאָר אין עם דאַרף איך טראַכטן נאָר חסידות, נאָר איר דאַרפט אַ וויילע אַ טראַכט טאָן אַז נתאווה, און מיט דעם מאַכט מען אַ כלי צו אלקות.

ודיבר עוד להנ"ל אודות שבת, שלא יהי' במסחרו שום חילול שבת ושגם בטלפון לא ידבר בשבת, מען דאַרף וויסן אַז א. ענטפערט ניט שבת, ניט א. ניט ב. און ניט ס. ממילא וועט ש. אויך ניט ענטפערן.

אמר א. הנ"ל אַז די געשעפטן זיינען ?לאָה.

אמר לו כ"ק אדמו"ר: דער אויבער­שטער וועט העלפן אַז עס וועט ווערן פון ?לאָה ווייס. [והוסיף כ"ק אדמו"ר:] א. האָט געדאַרפט געבן 100 צערוואָ­ניצעס30 אויף תומכי­תמימים און ער האָט ניט געגעבן דעריבער איז ?לאָה, איך האָב עס געוואוסט פריער, ר' יוחנן

60

לבר אחתי' האָט געזאָגט31, און איך האָב ניט געזאָגט, נאָר איצטער וועט דער אויבערשטער העלפן, די פאראגעס זייט איר שוין אַריבער נאָר מען דאַרף געבן מעשר און מאַכן אַ כלי צו אלקות.


1) ההתוועדות בי"ט כסלו נמשכה כמעט עד לפנות בוקר, וכ"ק אדמו"ר מהוריי"צ ציין שאין זה רק לרגל יום הגאולה של אדמו"ר הזקן, אלא גם "שבע ברכות" לחתנו כ"ק אדמו"ר ובתו הרבנית הצדקנית מרת חי' מושקא נ"ע זי"ע — ימי מלך ח"א ע' 295.

2) המאמר וכל בניך* נאמר שתי פעמים, פעם הא' — ש"פ ויצא בריגא, פעם הב' — יום ב' פ' וישלח, י"ג כסלו בסעודת ה"חתן­מאל" בישיבת "תומכי­תמימים" בווארשא.

3) בריגא. — ראה הערה הקודמת.

4) מכאן עד סוף הסעיף הועתק מגוכי"ק כ"ק אדמו"ר [נדפס לעיל ב"מבוא" ע' יט­כ], שהכין עבור "קובץ מכתבים" בענין "אהבת ישראל" שהי' אמור להופיע [בשנות תרצ"ה­צח?]. — ראה "מבוא" לאגרות­קודש ח"ג ע' 12. "מבוא" לאגרות­קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"א ע' 12.

*) נדפס בקונטרס דרושי חתונה תרפ"ט — סה"מ קונטרסים ח"א יט, א ואילך. סה"מ תרפ"ט ע' 78 ואילך.

5) ישעי' נה, ז.

6) וכמו מרוב אונים (ישעי' נה, ז) או מצאתי און לי (הושע יב, ט). — סה"מ שבשוה"ג שבהערה 2.

7) "אלקי נצור" בסוף תפלת העמידה.

8) עיין כל הנ"ל בתוספת ביאור במאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א ד"ה וכל בניך, נאמר ב' וישלח תרפ"ט ורשא, ונדפס בקונטרס בי"ת*. — הערת כ"ק אדמו"ר (ראה הערה 4).

9) קטע זה הועתק ב"היום יום" יב מנחם אב.

10) כ"ק אדמו"ר הזקן נ"ע. — הערת כ"ק אדמו"ר (ראה הערה 4).

11) ראה "התמים" חוברת ד ע' מה [קפח, א]. אגרות­קודש ח"ג ע' תכו. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 3.

12) קדושים יט, יח.

13) ואתחנן ו, ה.

14) להעיר משל"ה שער האותיות ריש אות ב (צויין בהערת כ"ק אדמו"ר בספר השיחות ה'ש"ת שם).

15) תניא רפ"ב.

16) מועתק בזה מ"ש רבינו באחד ממכתביו — מיום נר ה' דחנוכה תרפ"ט (אגרות­קודש ח"ב ע' קלד ואילך) — בביאור הדברים שנזכרו כאן בענין "ואהבת לרעך כמוך": כתי' ואהבת לרעך כמוך, ונת' בי"ט כסלו העבר, כי ואהבת לרעך כמוך הוא פירוש וביאור של ואהבת את הוי' אלקיך, אז דורך דער עבודה פון אהבת ישראל קומט מען צוא, צוא אהבת הקב"ה.

דהנה כתי' רעך ורע אביך אל תעזוב, איז א עובד (שתי מדרגות בחסידים, עובד ומשכיל אשר באמת שניהם אחד, דאי אפשר עובד בלא משכיל, ואי אפשר משכיל בלא עובד, רק ההפרש הוא מה בראש ובתחלה אם משכיל או עובד, והנסיון הראה, כי מי שהתחיל מעבודה (היינו קבלת עול כו') נעשה משכיל ג"כ, ומי שמתחיל מהשכלה הדרך מסוכן, ומהם אשר ההשכלה פקעה ח"ו, ונשארו קרח מכאן ומכאן ל"ע) הערט אין דעם אן אז רעך ורע אביך דאס איז שם הוי'.

שם אלקים בגימ' הטבע, וזהו בראשית ברא אלקים, דבריאת והתהוות העוה"ז שהוא טבע, כאמור, אלקים וזהו עולם כמנהגו נוהג, הוא ע"י שם אלקים*, ופירוש אלקים הוא ל' כח כמ"ש ואת אלי הארץ לקח דיא שטארקע ושם הוי' הוא למעלה מן הטבע וזהו הוי' ל' הי' הוה ויהי' כאחד דזהו למעלה מן הטבע, ולכן משם אלקים ידעו ויודעים גם מחסידי וחוקרי או"ה כמו אלימלך** ואף פרעה ידע מזה, הוא אמר מי הוי' אשר אשמע בקולו אבל משם אלקים ידעו.

חסידי וחוקרי או"ה שייכים רק לידיעה של שכל אנושי ולא יותר, ולכן הנה ש' אלקים שהוא בגימ' הטבע הם משיגים, ובכל השגתם באים לידי זה, שבהכרח הוא שהטבע יש לה מנהיג שהוא למעלה מן הטבע, אבל בזה אין להם שום השגה כלל, ואין הם חוקרים בזה כלל, כמבואר במורה נבוכים, כוזרי ועוד.

כל התעסקותם של החוקרים הוא בהיש לאחר שנמצא, וכמו טבעי וסגולות סמי הרפואה, ההרכבה וההפרדה, המנוחה והתנועה, אופני הצמחים וסגולתם, וכן בכל דבר יש וממשי, לחקור עליו באופן מציאותו והרכבתו, דכל זה הוא בחקירת היש לאחר שנמצא במציאות יש, שהוא טבע. אבל איך נולד היש מהאין בזה הם רק מאמינים.

וטעם אמונתם, אינה אמונה טהורה, כ"א אמונה מוכרחת, דהלא הכל מודים כי יש מיש הוא שקר גמור, הלא איפוא מוכרח הוא שהיש מקורו אין, א"כ הרי כל החקירות וההבנה צריכה להיות בהתהוות היש מאין.

והאמונה דנש"י הוא בש' הוי' היינו למעלה מן הטבע, ואין זה אמונה כ"א הרגש, גיפיל, א איד דער הערט און ביי אים לייגט זעך אפ אין נפש דער ענין פון למעלה מן הטבע.

וזהו רעך ורע אביך שהוא שם הוי' כמ"ש באברהם (עיין שמ"ר ר"פ כ"ז) כי ידעתיו למען אשר יצוה (ער ועט צואנייף בינדין) את בניו ואת ביתו אחריו (אז) ושמרו את דרך הוי', אז א איד זאל דער הערין דעם גילוי פון שם הוי' שהוא למעלה מן הטבע, וזהו ואהבת את הוי', האבין האלט דעם למעלה מן הטבע עד שיהי' אלקיך אין א פנימית, לעבין מיט למעלה מן הטבע.

והכלי לזה הוא אהבת ישראל שהם מדות טובות, וארעם דורך מדות טובות ואס זיינען עפ"י תורה, קאן מען צוא קומען צו געטלעכקאייט, ואס דאס איז דער גאנצער נייס פון ירידת הנשמה בגוף, אז א חומרי וגשמי זאהל צוא קומען צוא אלקות און עצמות א"ס ב"ה, העכער ויא א נשמה ואס זיא איז למעלה אין גן עדן קודם ירידתה למטה להתלבש בגוף.

א נשמה אין א גוף גשמי און איז מקיים מצות ד' בגשמיות און האט גוטע מדות כמו שהם עפ"י תורה, איז דאס העכער ויא די נשמה איז גיוען איידער זי איז אראפ גיקומען למטה.

חשבון קצר וחריף, כל הנשמות נבראו קודם שנברא העולם, דבריאת העול' הם בדיבור כבי' כמ"ש ויאמר אלקים, והם העשרה מאמרות שבהם נברא העולם ומלואו, והנשמות נבראו במחשבה כמאמר ישראל עלו במחשבה, דמחשבה קודם לדיבור גם במעלה ומדריגה.

שטייט א נשמה 5 טויזינד יאהר און וארט ביז זיא ועט זוכה זאיין בגורל, אייף אראפ קומען אין דער פליישיקער גראבער פינשטערער ועלט, אן טאן זיך אין א לבוש פון בשר גידים ועצמות, זאיין אין שכנות מיט א נפש הטבעי ובהמי מאה ועשרים שנה וכמ"ש והיו ימיו מאה ועשרים שנה.

און די ק"כ שנה ואס די נשמה איז אין א גוף גשמי ועוסק בתורה (גם בעלי עסקים פרק א' שחרית ופרק א' ערבית) ומקיים מצות ד' בהנהגה טובה של מדות טובות, מעלים את הנשמה למדריגה עליונה יותר מכמו שהיתה הנשמה קודם בואה לעולם.

עד כמה צריך האדם החי על פני אדמה זו, לייקר ולחבב כל שעה ושעה ממש, ולהיות כל עניניו במדות מדודים וספורים שיהיו מאירים ובהירים באמת, ע"כ כל אדם צריך להשתדל במדות טובות.

*) סה"מ שבשוה"ג שבהערה 2.

*) כ"ה באגרות­קודש שם. ובהעתקה אחרת: שם אלקים בגימ' הטבע, וזהו בראשית ברא אלקים, דבריאת והתהוות העוה"ז שהוא טבע, נאטור, הוא ע"י שם אלקים אלקים. וזהו עולם כמנהגו נוהג.

**) כ"ה באגרות­קודש שם. ואוצ"ל: אבימלך. — ראה גם מאמרי אדמו"ר האמצעי ויקרא ח"א ע' תב. סה"מ עטר"ת ע' שס. תרצ"ז ע' 149. וש"נ.

17) כ"ק אדמו"ר הצ"צ.

18) ראה לעיל ע' 35. וש"נ.

19) מועתק בזה דברי רבינו באחד ממכתביו — מיום א' ב' שבט תרפ"ט (אגרות­קודש ח"ב ע' קנג) — שהם כנראה המשך הדברים שנזכרו כאן: בחג הגאולה — י"ט כסלו — שנה העברה, כנהוג באו בלא ע"ה, הרבה בע"ב וחסידים מקומים ואורחים יחיו, ובסעודת מצוה, אחרי אמירת חסידות, מצאתי לנכון, לדבר עניני התעוררות בדבר הרבצת תורה, ותורה תמימה.

ומדי דברי, על דבר תורה תמימה, נגעתי בענין הנהגת צעירי אגודת צעירי ישראל יחיו, ואופן הלימוד בבית הספר "תורה ודרך ארץ", וכמובן אשר בקרתי בסכינא חריפא, לאמר טוב תורה ודרך ארץ, מדרך ארץ ותורה, כי בכל השילובים הראשון גובר, אבל הטוב האמיתי הוא "תורה תמימה" תורה ויראת שמים, והראתי לדעת כי דבר זה תורה ודרך ארץ טוב הוא רק עבור אלו שעלולים להיות ח"ו גרוע מזה, ולהם הוא מעלה, אבל לא הכל (ניט אלע) צריכים להביט במבט כזה, והארכתי במאמר הרמב"ן בענין נבל ברשות התורה, וציירתי ציורים אמיתים מהחיים ההוים, שיוכל להיות גם בקרב ההולכים בדרכי התורה והמצוה, ומתנהגים עפ"י שו"ע, ועם זה הם מזוהמים בדברים המותרים, ובארתי מאמרי הרמב"ם ז"ל בפרק הרביעי מהשמונה פרקים.

לא אכחד כי דיבורי עשה רושם עז, המתונים ראו במבט ישר, ותרגמו פתגם הטוב והמעולה הנ"ל כמשמעו, ומהם אשר מצאו עלבון להאגודה.

כעבור איזה חדשים איזה מהתלמידים שי' מתור' ודרך ארץ עזבו את בית הספר ויתחילו ללמוד בסדר הראוי להם, וצעירי אג"י יחיו התועדו ויחליטו לעשות להם קביעות שיעורי לימוד בעניני מוסר, לאט לאט פרקו אותות הכבוד בערב ש"ק ושער זקנם צמח.

20) ראה גם ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 119.

21) בימי מלך ח"א (קה"ת, אה"ק, תשמ"ט) ע' 295: בתחילת ההתוועדות פנה הרבי למזכירו הר"ר יחזקאל פייגין וביקשו לשגר מברק לרוסטוב, שבה מצוי אוהל אביו, אדמו"ר מהורש"ב.

הרבי נקב בשמו של האיש אליו לשגר את המברק והחל להכתיב את הנוסח:

"להניח פדיון על ציון אבי יעווא זשעלאניע איספאלענע (= רצונו התבצע)".

מילים אלו אמר הרבי ברוסית, ולכך הוסיף עוד מספר מילים באידיש כשהוא מציין כי ברוסית ייטיב לתרגם [ר' שמעון יצחק] וויטנבערג*.

22) ראה הערה הקודמת ובשוה"ג.

*) עסקן חרדי וציר בית הנבחרים בלטבי', חסיד חבד"י נלהב. ויחד עם הרב ח. מ. א. חדקוב ע"ה הקים את התשתית של החינוך האורתודוקסי בלטבי'. נהרג על קידוש השם במחנה עבודה גרמני באפריל 1945. — ימי מלך שם.

23) תווית.

24) ראה ביצה יז, א.

25) ראה ברכות מט, א.

26) הישיש [ר' נחום*] מראדמיסעל. חותנו ר' זלמן בן ר' מאיר רפאל'ס מווילנא מחסידי אדה"ז. אביו [שהי' גם גיסו של ר' זלמן הנ"ל] הי' מחסידי אדה"ז שבשקלאוו. ואדמו"ר הצ"צ אמר שאביו הי' ממנין הבינונים שעשה אדה"ז ממתנגדי שקלאוו. רשימת רבנו משנת תרס"ח — אגרות­קודש ח"ז ע' טז. יגדיל תורה ניו יארק שנה ג חוברת לא ע' שכז ואילך.

27) אודות ר' מאיר ב"ר רפאל — ראה בית רבי חלק א פכ"ו (עג, א). כרם חב"ד גליון 4 חלק א ע' 35 ואילך. וראה גם ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 54.

28) ממשרד למשרד.

29) תנחומא נשא טז. ועוד. תניא פל"ו.

30) שם מטבע לפנים ברוסיא.

*) ראה שמועות וסיפורים ח"ג ע' 159. לשמע אזן (הוצאת תש"נ) ע' קיז [ושם, שהי' חתנו של גיסו של ר' מאיר רפאל'ס]. ועוד.

31) בבא בתרא י, א. וראה גם לעיל ע' 34.