ליל ב' כ' כסלו, תרפ"ט, ריגא

60

א. כ"ק אדמו"ר שליט"א שאל: פאַרוואָס עסט מען ניט. החסיד ר' הלל1 אמר לפני הצ"צ שמאכילת שלמים במקדש הי' ניזונים כל השנה, והצ"צ הסכים לזה.

ואח"כ אמר לאחד: מען דאַרף זיין שטענדיק בהתאחדות עם התורה, במשה כתיב2 כי מן המים משיתיהו שרק לפי שעה לצורך יצי"מ וקי"ס ומ"ת האָט מען אים אויף אַ וויילע אַרויסגענומען פון די מים וואָס דאָס איז תורה. וכן ישנם כאלו שצריכים להיות תמיד בהתאחדות עם התורה.

ובקש אחד ברכה ע"ז, ואמר לו: מיר זיינען ניט קיין בעטלערס, מיר זיינען יאָ בעטלערס נאָר פאַר כלל ישראל אויסבעטן כל טוב, אָבער פאַר זיך דאַרף מען האָרעווען מען דאַרף זיך צוברעכן "כתית"3 צו רייבן.

עס איז דאָ צייטן ווען מען דאַרף ניט גיין אין גאַס, ד. ה. ניט נאָר גיין אין גאַס און זיין אַ עוצם עיניו, נאָר ניט גיין טאַקע. גיין און מאַכן קונצן איז דאָך בליטות, טויג דאָך ניט. אויב מען מוז גיין אין גאַס דאַרף אָבער זיין שעות קבועות וואָס אין יענער צייט גייט ער ניט, און אויב מען גייט דאַרף מען גיין אין די גאַסן וואָס אין רוב בני אדם מצויין שם.

ב. אח"כ שמע שמדברים בפנות הבית, ואמר: ריידן דאַרף מען ניט, מען דאַרף שווייגן און זאָגן לחיים, דעם וואָרט "לחיים" קען מען זאָגן, ושיהי' לחיים כמשמעו געלעבט און אין דער שטיל, וכמו שרואים שמי שהוא חולה ר"ל, איז אַז ער לעבט איז מיט אַ רעש: ער חליפּעט און שיפעט. און אַ געזונטער חריפּעט ניט, ער לעבט שטיל.

מען דאַרף זאָגן לחיים דער אויבערשטער זאָל געבן אַז מען זאָל דערהערן למעלה מן הטבע אין טבע4.

ג. אח"כ קרא לשמש אחד ואמר לו: באַ אונז אין פט"ב פלעגט מען רופן5 אַ "ש?מש" — "שמש"6, וויילע אַ שמש דאַרף

61

מאיר זיין אור. אַ שמש דאַרף ניט פאָלגן די בע"ב, נאָר די בע"ב דאַרפן אים פאָלגן.

אַ שמש דאַרף ניט נאָר געבן אַ סידור, ער דאַרף אַ סידור אויך געבן, נאָר ער דאַרף געבן אויך אַ תהלים, אַ משניות, אַ עין יעקב, ער דאַרף מאַכן אַ "חברה­משניות" צי עין יעקב צי וואָס עס זאָל ניט זיין.

אַ שמש דאַרף זען אַז זיין מנין זאָל זיין אָפן כ"ד שעות7.

פעם א' הי' אצל הצ"צ פינצטער אמר "קראו לשמש ויאיר אור", ומקרא מלא דיבר הכתוב8 "קרא לשמש ויזרח אור".

צוה לקחת משקה, ואמר: עס דאַרף זיין מרפא ארעא כמו המטר דמרפא ארעא.

ושאל אחד: הרי צ"ל חרישה מקודם?

והשיב: ודאי כן הוא.

ואמר אחד: וואָס טוט מען מיט דעם געזונט.

ואמר: אודאי שא"צ ליקח אַז מען פילט אַז דאָס איז מזיק לבריאות. אָבער אין אַלע ענינים קוקט מען דאָך ניט אַזוי פיל אויף דעם געזונט, עס איז דאָך פאַראַן ענינים וואָס שאַטן אויף אַ אמת צום געזונט און מען טראַכט גאָר ניט אַזוי פיל, און דאָ האַלט מען זיך אָפּ.

ווען עס פאַלט מחשבות זרות אין דאַוונען איז עס דאָך אַ גרויסע קשיא: אין עניני העולם אַז מען רעט דברים בטלים פאַלט ניט קיין מחשבות זרות און דוקא אין דאַוונען פאַלט אַריין מחשבות זרות.

וכן בכל הענינים: ער קומט אַהיים אַ פאַרהאָרעוועטער פון געשעפט, און זאָגט: שוין לאַנג ניט געווען באַ חיים'ן, באַ יענעם באַ דעם, מיט אַ וויזיט — מען דאַרף אַריין גיין. און אויף דעם איז דאָ צייט, און אויף קובע זיין עתים לתורה איז ניטאָ קיין צייט.

מיר זיינען אַזעלכע חכמים מען האָט שוין אַלץ אויסגעלערנט טיפער און נאָך טיפער, מען דאַרף אָבער עס זאָל זיין אינעווייניק און נאָך אינעווייניקסטער נאָך מער האָרעווען נאָך מער צובראָכן, אָבער יענעם זאָל דאָס אָנרירן קען זיין אַז עס איז צו פיל.

ד. אמר לרי"ב, דער אויבערשטער זאָל העלפן אייערע תלמידים זאָלן מקדש זיין ש"ש ברבים, איר האָט זיך געלאָזן שווימען אויף די הויכע גראָז וואָס וואַקסט אין בלאָטע, איר פאַרשטייט דאָך ווי הויך איז די גראָז אויף בלאָטע, איז נאָר איר שווימט. דער אויבערשטער זאָל געבן אַז איר זאָלט אייערע אויספירן, און דעם לא טוב זאָל מען אַוועקוואַרפן אין אַלע שוואַרץ­יאָר אין ארץ גזרה.

לא טוב9 האָבן מיר אַלע. שעיר לעזאזל10 איז געווען אַן עבודה אין בית המקדש11. וויבאַלד אַ נברא*11 איז דאָ

62

לא טוב, דאַרף מען עס12 אַוועקשיקען אין ארץ גזרה.

ה. הערט אידן, מאָרגן וועל איך מיט אייך ניט ריידן די רייד וואָס איך רייד היינט, זאָל עס נחקק ווערן בפנימיות הלב:

דער טאַטע וואָס הערט איצטער דברי הרב פון אל"ף ביז תי"ו גיט ער יעצט דורך מיר איבער.

מען*12 זאָל זיך אויסלערנען משניות בעל פה כל חד לפום שיעורי' דילי', און געהן אין גאַס און חזר'ן משניות, דערמיט וועט מען זוכה זיין צו מקבל זיין פני המשיח.

חסידים דאַרפן לערנען חסידות: סתם חסידים — יום שני, יום חמישי ויום השבת, תמימים — שעה אחת בכל יום.

אותיות התורה ווערן אָנגערופן "סוסים"13, אותיות התורה זיינען אַ תשועה, אָבער באַ אַ משכיל איז "שקר14 הסוס לתשועה וברוב חילו לא ימלט הנה עין הוי' אל יראיו" קיין ענין ניט, נאָר פנימיות ועצמיות א"ס ב"ה.

אותיות כשהן לעצמן טראָגט אַרויס אַז מען מאַכט אַ ברכה "אשר בחר בנו" ו"אשר נתן לנו תורת אמת" איז דאָך אותיות טראָגט אַרויס, אָבער אַז מען מאַכט דערפון מושכלות איז "שקר הסוס לתשועה", מען דאַרף האָבן קבעומ"ש.

ו. אמר לכל ההמון: הערט אידן איך וויל אייך זאָגן ווער איך בין. איך בין אַ ליטוואַק, אַ ליטוואַק גלויבט ניט אויף באָרג15. איר זייט אַלע געקומען אַהער מיט השגחה פרטית, קיינער האָט אייך ניט גערופן, קיינער האָט אייך ניט געשיקט קיין בילעטן. איר געהערט אודאי צו אַ אגודה פון "חברה ש"ס" "חברה עין יעקב", תורת הבעש"ט האָט אונז געלערנט דעם ענין פון הוכחה, אַז אַלע חסרונות זאָל מען זען אין זיך16. אַז מען זעט אין יענעם אַ חסרון שפּיגלט זיך אָפּ אַליין. מען זעט אַמאָל אין שפּיגל אַ חי' רעה און דאָס זעט אויף יענעם אַ חסרון. איך באַשולדיק אייך ניט, נאָר איך בעט בלשון בקשה, אַז איר זאָלט זען קובע זיין עתים לתורה, קיין טאָג זאָל ניט דורכגיין ניט געלערנט, פון דעם טיפסטן ענין ביז דעם פשוט'ן, אַלע דאַרפן לערנען כל חד לפום שיעורא דילי'.

ז. אמר לאחד: מאַכט אַ חדר מיט מס"נ. איר זייט ניט קיין קבצן ניט קיין אָרימאַן מ'גייט ח"ו ניט קלייבן וכו', פאַרקויף אַלץ וואָס דו האָסט און מאַך אַ חדר מיט מס"נ.

ח. לחיים, דער אויבערשטער זאָל העלפן בזכות פון רבי'ן אַז עס זאָל נתעורר ווערן די נקודת פנימיות הלב אַז וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט זאָל מען דערהערן רצונו ית', אין בעל הנס מכיר בניסו17 מיינט ניט אַז דאָ גיט מען אייך

63

אַ זאַך וואָס איז ווייט פון אייך, דאָס שטייט אין אייערע ד' אמות אָבער איר שטופּט אַוועק פון זיך און שלעפּט בלאָטע.

ט. אַז מען זאָל זיך דערמאָנען די צייט ווען היינו המסובים אצל הר סיני כו'.

התחיל אחד לבכות, ואמר כ"ק אדמו"ר: טרערן איז וויילע מען איז מפריד בין הדבקים, אָבער באַ דעם וואָס עס איז איין המשך וויינט ניט, מען דאַרף זיין תכלית הדביקות עס איז איין המשך ממש.

אַ בעל עסק אַ סוחר וויל ניט די געלט נאָר דעם שכל, נאָר אַז ער פאַרדינט איז עס אַ הוכחה אַז זיין חכמה איז אַ חכמה, און פאַרקערט ח"ו איז אַ הוכחה אַז עס איז ניט קיין חכמה.

פאַראַן אַ איד וואָס זאָגט אז מאה אלף פונט איז זיין טעקושטשי שטשיאט18 איז אַ חכמה אויף יענעמס איז אַ נאַרישקייט. אַ חסידישע ביסל משקה איז אַ מאה אלף רו"כ אויפן אייגענעם טעקושטשי שטשיאט18. אַז דוד המלך האָט דערזען אַז איינער וויל אַביסל געלט האָט ער אים געמאַכט אַ ממונה על האוצרות. אַז מען זעט אַז אַ איד וויל נתקרב ווערן צו אלקות, נאָר עס פעלט עפּעס, דאַרף מען עם געבן, און ער זאָל נתקרב ווערן — ניט נאָר א. נאָר אַלע אידן דאַרפן.

י. לחיים, דער אויבערשטער זאָל אַייך העלפן אַז די בראַנפן זאָלן אַריין אין אַ פנימיות, די פנימיות פון אַ אידן איז זייער טייער ווען איר וואָלט וויסן אייער אינוועניג ווי טייער דאָס איז — אפילו די וואָס גאָלן זיך איז אויף זיי אַ רחמנות (ה' לאוין)19 — אָבער זיי זיינען טייערע אידן דער אינוועניג דער נקודת היהדות, אפילו די וואָס דאַוונען שבת מיט דעם ערשטן מנין שבת כדי נאָך דעם איך ווייס ניט וואָס [לא רצה לאמרו בפה], ער וועט זיך אויסהיטן ניט שרייבן, פון אַנדערע מלאכות, אָבער עס איז פאָרט חילול שבת, נאָר אינדערפרי גאַנץ פרי לויפט ער דאוונען — ווי וועט ער שבת ניט דאַוונען מיט אַ מנין? עס איז דאָך שבת, און דער לויפן דאַוונען איז זייער אַ טייערע זאַך.

דער אויבערשטער זאָל אויף זיי רחמנות האָבן און זאָל זיי העלפן אַז זיי זאָלן ניט דאַרפן מחלל שבת זיין.

יא. איצט איז עקבות משיחא, פאַר אַ סטאַנציע20 הויבט זיך אָן פיל וועגן איז דאָ איין ליניע21 אַ גלייכע ליניע און ווי עס קומט נעענטער צום סטאַנציע הויבט זיך אָן פיל ליניעס, און דאָ איז ערשט אַ סכנה ער זאָל זיך ניט אַריינפאָרן אויף אַ וועג וואָס עס קען ח"ו זיין אַ קאַטאַסטראָפע22, דאַרף מען זיך זייער היטן גיין מיט די גלייכע וועג.

אַזוי אויך איז פאַר משיח'ן דוכט זיך אַז עס איז דאָ פיל וועגן, אָבער דער אמת איז אַז מען דאַרף זיך היטן די איין וועג, דעם דרך הישר בכדי מען זאָל ניט זיין קיין מסוכן.

64

יב. מיין מחותן23 איז אַ מקובל, איז ער מסביר24 דעם ענין פאַר וואָס די חתונה25 איז אין כסלו ווי ער איז מסביר. נאָר איך זאָג אַז כסלו איז אַ חודש השלישי פון פנימיות התורה26.

יג. איך בין ניט גענאַרט באַ זיך אין עלמא דין ועלמא דאתי איז איין זאַך, ווער עס איז זוכה איז עולה נשמתו אין ג"ע התחתון און ווער עס איז זוכה מער איז עולה נשמתו לג"ע העליון, די נשמות וועלכע זיינען איצט געווארן זיינען ניט נתהווה געוואָרן איצט נאָר עלה ברצונו ית' פון פריער.

ואת ערובתם יקח27, איך בין ניט איך (באַ דיר איז דו), איך גיב אַוועק מיין בשר מיין נפש מיין רוח נשמה חי' יחידה פאַר אייך, אייך קען מען רופן אויף חתונה און מיך אַוועק שיקן פאַר אייך, איך בין אַ משפך אַז עס פאַרגיסט זיך איז די לייקע שולדיק, אַז עס פאַרגיסט זיך ניט איז אַ מעלה פאַר דער לייקע, אַז מען זאָל מיך פרעגן וואָלט איך אפשר געזאָגט גיב מיר ניט די מעלה ניט דעם חסרון, נאָר איך בין אַ טאַטנס אַ קינד איך האָב אמונה פשוטה אַז איר וועט מיר ניט פערוואַרפן28, אייער

65

קאַפיטל תהלים איז מיר נוגע אין נפש29.

דער טאַטע איז אין היכל מלך און זאָגט דעם הפרש פון הפשטה און שלילה כו'.

ואח"כ אמר: איר ווערט נתפעל שטאַרק מען דאַרף ניט שטיין אַזוי ווייט, יעדער איד וואָס האָט געזען דעם טאַטן דאַרף ניט דורכגיין אַ וואָך30 וואָס מען זאָל ניט זען פאַר זיך דעם טאַטנס תמונה, דער טאַטע שטייט מאחורי הפרגוד און זעט יעדערן'ס תמונה בפנימיותו.

יעדערער פון אונז וואָס וויל זיין מקושר צו דעם אויבערשטן און די עבדי הוי' איז דא תרעא לעלאה31, תמימים איז אַ ענין פאַר זיך חסידות איז אַ ענין פאַר זיך, און סתם וועלט איז פאַר זיך, תנאי ההתקשרות איז ווער עס איז קובע עתים לתורה.

איך בין אַ צובראָכענער יתום, נאָר איך בין ניט קיין יתום, איך זע זיך מיט דעם טאַטן ווען ער וויל און ווען איך וויל, וואָס בכלל איז דאָס איין זאַך.

דער אויבערשטער זאָל געבן אַז די שלשלת פון 180 יאָר זאָל איר זכות מגין זיין אַז איר וועט קומען אַ היים און אַ קוקט טאָן אויף אייערע בני בית זאָלן זיי פון אייך לעבן.


1) ראה אודותו בהנסמן לעיל ע' 30 הערה 10.

2) שמות ב, י.

3) לשון הכתוב — תצוה כז, כ. וראה ד"ה וקבל היהודים תרפ"ז (סה"מ תרפ"ז ע' קכד). ד"ה הנ"ל תשמ"א (סה"מ מלוקט ח"ו ע' קל ואילך).

4) ראה גם מאמרי שנה זו — סה"מ תרפ"ט ע' 43. ע' 205 ואילך. ע' 228.

5) ראה ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ס"ע 103 ואילך. אגרות­קודש ח"ב ע' תסז. אגרות­קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ח ע' עא. ע' קעד. ח"י ע' קיח. חי"ב ע' רלג. חי"ג ע' תלד. חי"ד ע' שלג. חי"ח ע' רעא. חכ"א ע' רצ.

6) להעיר מזוהר חדש בראשית (במהנ"ע) טו, א: דעל כך מתקרי שמשא ש?מפּשפּא דמשמש לכולא. וראה אגרות­קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ח שם.

7) ראה גם לעיל ע' 51.

8) "א­ל אדון" בתפלת שחרית דשבת. — מצינו בכמה מקומות הלשון "דכתיב", על נוסח התפלה — ראה הערת כ"ק אדמו"ר בהערות ותיקונים לתניא מו, ב. בסה"מ תש"ט ע' 150.

9) קטע זה הועתק ב"היום יום" כד ניסן.

10) אחרי טז, ה ואילך.

11) ביאור ענין "שעיר לעזאזל" ע"ד החסידות — ראה מאמרי אדה"ז תקס"ב ח"א ע' לז ואילך (ועם הגהות — אוה"ת יוהכ"פ ע' א'תקסו ואילך). תק"ע ע' קעז ואילך. סה"מ תרע"ח ע' לו ואילך. פר"ת ע' קפב. ועוד.

*11) אוצ"ל: וויבאלד בא א נברא.

12) כ"ה ב"היום יום" שם. וברשימה אחרת: דארף מען אים.

*12) קטע זה ושלאח"ז הועתק ב"היום יום" כא כסלו.

13) תו"א בשלח סב, ג. לקו"ת שה"ש ב, ד ואילך. מאמרי אדה"ז הנחות הר"פ ע' א. אוה"ת ויחי ח"ו תתשמג, ב ואילך. ובכ"מ.

14) תהלים לג, יז­יח.

15) ראה גם ספר השיחות: תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 112. תש"ה ע' 13; אגרות­קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ח ע' רסו. ע' רצט. ח"ט ע' קיג. ועוד. לקמן ע' 170.

16) ראה גם לעיל ע' 16. ע' 37.

17) נדה לא, א. וראה אוה"ת (יהל אור) לתהלים ע' קנד. ד"ה כימי צאתך מארמ"צ תשל"ח (סה"מ מלוקט ח"ה ע' שז ואילך).

18) חשבון עובר ושב.

18) חשבון עובר ושב.

19) ראה לעיל ע' 35. וש"נ.

20) תחנה.

21) קו.

22) אסון.

23) הרה"ג והרה"ח וכו' המקובל מוהר"ר לוי יצחק ז"ל שניאורסאהן — אביו של כ"ק אדמו"ר. נולד ח"י ניסן תרל"ח — נסתלק כ' מנחם­אב תש"ד. ראה אודותו ספר "תולדות לוי יצחק" (קה"ת, אה"ק, תשד"מ).

24) ראה מכתבו מיום ו' כסלו תרפ"ט ומכתבו מיום ח' כסלו תרצ"א — נדפסו בלקוטי לוי יצחק אגרות­קודש ע' רה. ריז.

25) של כ"ק אדמו"ר והרבנית הצדקנית מרת חי' מושקא נ"ע ז"ל.

26) ראה שיחת ש"פ וישב, כא כסלו תשי"ד: "כ"ק מו"ח אדמו"ר האט געזאגט אויף דער חתונה דעם טעם פארוואס די חתונה איז בחודש כסלו, האט ער געזאגט: "דער מחותן — ער האט געמיינט דעם טאטען — איז דאך א מקובל וועט ער דאס מסביר זיין עפ"י קבלה, אבער איך זאג אז דער טעם וואס די חתונה איז בחודש כסלו דוקא, וויילע חודש כסלו איז דער חודש השלישי דער זמן פון מתן תורה".

ד.ה. אז אזוי ווי אין די חדשי הקיץ וואס בכללות איז דאס — א ענין פון מלמעלה למטה — מדריגת הצדיקים*, איז בחודש השלישי פון חדשי הקיץ וואס דאס איז חודש סיון, געווען מתן תורה פון גליא דתורה, וואס איז שייך ביותר צו עבודת הצדיקים, אזוי איז בחדשי החורף וואס זיינען בכללות מלמטה למעלה, מדריגת בעלי תשובה, איז חודש השלישי וואס דאס איז חודש כסלו, דער זמן פון התגלות פנימיות התורה".

וראה גם לקוטי שיחות ח"א ע' 75. ספר השיחות תשמ"ט ח"א ע' 78. תנש"א ח"א ע' 163. תשנ"ב ח"א ע' 147. ע' 158. ח"ב ע' 483. ובכ"מ.

27) ע"פ שמואל­א יז, יח.

28) ראה שיחת ש"פ וישב, כא כסלו תשי"ד: ידוע וואס ער [כ"ק מו"ח אדמו"ר] האט געזאגט אויף דער חתונה בשנת תרפ"ט: "איך בין א משפך, א לייקע — א משפך איז דאס וואס דורך אים גיסט מען — און בשעת ס'פארגיסט זיך א טראפן לחוץ מאנט מען ביי דעם משפך, נאר פאר זיך ארט מיר ניט, אפילו מ'זאל אלעמען איינלאדן פאר דער חתונה און מיר ניט ארט מיר אויך ניט, נאר איך האף אז חסידים וועלן מיר ניט פארלאזן".

פון דעם איז מובן גודל האחריות וואס ס'ליגט אויף אונז, ווארום בשעת חסידים פירן זיך ניט כדבעי, הייסט דאך יעמאלט אז מ'פארגיסט לחוץ, און דאס איז נוגע אויך צום משפך, פארשטייט זיך דאך דער גודל האחריות, און מצד דעם וואס מ'האט ניט געפאלגט און ניט געווען מקושר כדבעי, האט געטראפן וואס עס האט געטראפן בשנת תש"י, וואס דאס איז אונזער שולד.

(כ"ק אדמו"ר שליט"א בכה מאד, ולבסוף סיים:) און אעפ"כ איז דאך אויך מפיהם אנו חיים, פון די השפעות וואס ער איז אונז משפיע און וויבאלד אז די השפעות גשמיות נעמט און מ'וויל, וואס ער איז דאך משפיע על תנאי צוליב רוחניות, איז אז מ'טוט די מעשה ווערט מען במילא נתחייב אין דעם תנאי, וואס דער תנאי איז התקשרות, און התקשרות מיינט ניט נאר היטן די תקנות אזוי ווי אמירת תהלים כו', נאר אויך לערנען זיינע חסידות וואס יעמאלט ווערט נמשך די השפעות בגשמיות, און ס'וועט זיין ווי די גמרא (ברכות לב, ב) זאגט "מלאכתם מתברכת".

*) ראה סד"ה ביום השמע"צ שנה זו (סה"מ תרפ"ט ע' 70). וש"נ.

29) אולי הכוונה להמנהג לומר הקאפיטל תהלים של שנות אדמו"ר.

30) ברשימה אחרת: א זאך.

31) ראה זח"א ח, א.