יום שבת קודש חול המועד סוכות תש"ו

7

א. באַ חסידים, איז ניגון ניט נאָר מגלה דעם מהלך הנפש פון דעם זינגער, נאָר איז אויך מעורר דעם זינגער אויף דער עבודה וואָס ער באַדאַרף האַלטן...

ב. הוד כ"ק אאמו"ר האָט אַמאָל געזאָגט:

קול מעורר הכוונה1. דעם אַלטן רבי'נס חסידים, דעם מיטעלן רבי'נס און זיידענס חסידים, האָבען אויף יעדער ענין פון עבודת החסידות והחסידים געהאַט אַ ניגון מיוחד, אַ התעוררות ניגון פאַר חסידות און נאָך חסידות הערען, פאַר יחידות און נאָך יחידות2...

אין דעם ניגון וואָס חסידים האָבען געזונגען פאַר יחידות האָט זיך געהערט מיט וואָס פאַר אַ געמיט און האָפנונג מען גייט אויף יחידות, און אין דעם נאָך יחידות ניגון האָט זיך געהערט דער שמחת הנפש וואָס דער חסיד האָט פון די הוראות פון יחידות, וואָס וועלען אים בריינגען אַ פעולה אין עבודה.


1) ראשית חכמה שער הקדושה ספט"ו. של"ה שער האותיות אות ק (פב, ב). שו"ע אדה"ז או"ח סס"א ס"ה. סק"א ס"ג.

2) ראה גם שיחת ליל שביעי של פסח תש"ז (לקמן ע' 110).