246

זיינע הנחות געזאָגט39 בור40 סוד שאינו מאבד טיפה. הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי האָט אים קורא געווען בשם התואר: דער חסידישער פעלדמאַרשאַל41.

כג. אין מיינע וואַלגער­יאָרן צווישן חסידים האָב איך געהערט אַ וואָרט, וואָס איך האָב אים דאַמאָלסט ניט פאַר­שטאַנען, נאָר איך האָב מקיים געווען בדרך קבלת עול, די אזהרה פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געדענקען חזר'ן די פּאָר ווערטער וואָס איך האָב געהערט:

כגוונא דאינון מתייחדין לעילא באחד אוף הכי איהי אתייחדת לתתא ברזא דאחד42, איז אויף לעילא זאָגט ער דעם וואָרט באחד סתם און אויף לתתא זאָגט ער ברזא דאחד.

שפּעטער מיט יאָרן ווען איך האָב דערמאָנט פון דעם קינדער­זכרון וועגן דער פּאַסירונג להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דאַן מבאר געווען דעם ענין באריכות.

דער תוכן הדבר איז:

רזא איז אור, כידוע43 אַז רז בגימט' אור, דער אור פון אחד איז אין דעם לתתא, די כוונה איז אַז דאָ לתתא זאָל מען ליכטיק מאַכן מיטן אחד.

כד. איך האָב שוין איינמאָל דער­ציילט44 אַז חג השבועות תרנ"ה האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט דעם מאמר וכל העם רואים45. דינסטאָג י"ב סיון46 זיינען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וכבוד אמי מורתי הרבנית, מיין מלמד רשב"ץ47 און איך אַרויסגעפאָרן אין דאַטשע באַליווקע, לעבן דער באַן­סטאַנציע קראַסנאָיע48. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן מסדר געווען צו גיין דריי שעה אין טאָג שפּאַצירן, חוץ יום ב' מאָנטאָג וואָס איז געווען קבוע צו פאָרן קיין ליובאַוויטש זעהן כבוד אמו הרבנית הצדקנית מרת רבקה און צונעמען מענטשען49.

די שפּאַצירגאַנג צייט נוצט אויס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין סיפורים פון זיינע זכרונות, ווי דער זיידע הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט אויס­געזעהן, וואָס ער האָט דערציילט, און סיפורים וואָס ער האָט געהערט פון זיין מוטער.

מיום ליום ווער איך דאַן רייכער און באַקאַנטער מיטן מצב החיים וסדרי ההנהגה אין לימוד החסידות און לימוד הנגלה ודרכי העבודה, און מיין ספר היומן ווערט פון טאָג צו טאָג רייכער מיט פאַרשריבענע בלעטער.

כה. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זיינען כחותיו הקדושים געווען נפלאים, הן אין די חושים און הן אין די כחות דשכל ומדות, ועל כולם די מתינות. באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען יעדע זאַך


39) ראה גם ספר השיחות תרצ"ו­חורף ה'ש"ת ס"ע 126 ואילך. רשימת רבינו — "דברי ימי חיי אדמו"ר הזקן" (נדפס בספר התולדות אדמו"ר הזקן ח"ב ע' 555).

40) ע"פ אבות פ"ב מ"ט.

41) ראה גם בית רבי ח"א פכ"ו (ע, ב הערה ד).

42) זח"ב קלה, א. נתבאר בסידור עם דא"ח קסח, א ואילך. מאמרי אדה"ז תקס"ח ח"א ע' קמט ואילך. ד"ה כגוונא תרצ"א (סה"מ קונטרסים ח"א קסח, א ואילך). ועוד].

43) זהר ח"ג כח, ב. ת"ז תיקון י"ט. מאורי אור אות א' ס"ק נ"א.

44) [ראה ספר השיחות תש"ד ע' 140 ואילך.

45) נדפס בסה"מ תרנ"ה ע' קפז ואילך.

46) בספר השיחות שם, שהנסיעה היתה ביום ב', י"א סיון.

47) ראה אודותו — לעיל ע' 12. וש"נ.

48) ראה לעיל ע' 70. וש"נ.

49) ראה מאמר "אבות החסידות" — "התמים" חוברת ב ע' מה [ע, א]. ועוד.