398

יא. מיטוואָך, ט' תמוז תרנ"א, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיך אַריינגערופען און האָט מיך מזהיר געווען אַז דאָס וואָס ער וועט מיר איצטער זאָגן זאָל איך קיינעם ניט דערציילן, און זאָל אַלעס טאָן פּינקטליך ווי ער וועט מיר זאָגן.

"שבת — יב תמוז — ווערסטו אַלט עלף יאָהר, וויל איך דיר זאָגן דעם סדר מיוחד, ווי דער טאַטע האָט מיר איבער­געגעבען בשם דעם זיידן, דעם סדר וואָס דער אַלטער רבי האָט געגעבען לבנו אדמו"ר האמצעי און לנכדו זקננו הצמח צדק, אַז פאַר די שלימות פון עלף יאָהר הייבט מען אָן לייגן תפילין — נאָר בחשאי אַז קיינער זאָל ניט מרגיש זיין"31.

די נאַכט פון דאָנערשטאָג י' תמוז האָב איך ניט געקענט איינשלאָפן ביז פאַרטאָג, מורא האָבנדיק אַז איך וועל זיך פאַרשלאָפן. פון ניט שלאָפן די נאַכט בין איך געווען אַזוי מיעד אַז פרייטאָג נאָך דעם ערשטן מאָל תפילין לייגן בין איך איינגעשלאָפן אין די קליידער.

מענדיל דער משרת32, זעהענדיק אַז איך שלאָף אין די קליידער האָט מיך אָנגעהויבן וועקן, פון מידקייט האָב איך זיך ניט געקענט אויפהייבן זעהענדיק אַז איך שלאף שטאַרק און בין אויך זייער בלייך האָט ער דערציילט דער מאַמען.

ווען די מאַמע איז אַריין צו מיר אין צימער און דערזעהען מיין אויסזעהען און מיין שטאַרקן שלאָף איז זי געוואָרן זייער אומרוהיג, און איז אַוועק דערציילן דעם טאַטן. דער טאַטע האָט איר בע­רוהיגט.

פרייטאָג האָבן מיך דער טאַטע מיט דער מאַמען אַריינגעפירט צו דער באָ­בען, הרבנית רבקה, זי זאָל מיך בענטשן, דאַן איז אויך געווען באַ אונדז צו גאַסט די באָבע הרבנית חנה33 האָט זי מיך אויך געבענטשט, דערנאָך האָבן דער טאַטע און די מאַמע מיך געבענטשט34.

יב. פרייטאָג, נאָכדעם ווי די עלטערן האָבן מיך געבענטשט, האָט מיך דער טאַטע געהייסן מעביר די סדרה זיין.

מיט היבשע טעמי נגינה פעלערן האָב איך אין דעם תמוז'דיקן טאָג מעביר געווען די פרשת השבוע, און בין געווען זייער צופרידן פון דעם וואָס איך האָב אַלעס מקיים געווען ווי דער טאַטע האָט מיר געהייסן.

היינט צו טאָג, ווען — געלויבט השי"ת — עס גייט דער ניין און פופ­ציגסטער יאָהר פון יענער פּאַסירונג, איז נאָך באַ מיר פריש אין זכרון מיינע יענע איבערלעבונגען פון דעם וואָס איך האָב ניט געטאָרט קיינעם דערציילן וואָס מיט מיר האָט פּאַסירט יענע טעג.

דער טאַטע האָט מיך אַריינגערופן


31) [ביום ו' עש"ק י"א תמוז תרנ"א התחיל להניח תפילין בלא ברכה, ומיום א' י"ג תמוז — בברכה בשם ומלכות (ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 152. רשימת היומן אחש"פ תש"ב ("רשימות" חוברת קנו ע' 6). אגרות­-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ג ע' קלז). וברשימת רבינו ע"ד הבר מצוה שלו (קונטרס בר מצוה של כ"ק אדמו"ר מהוריי"צ (קה"ת, תש"ס) ע' טו ואילך): "משנת תרנ"ב בחדש תמוז ציוה עלי להניח תפילין, ויצויני כי איש לא ידע מזה. . כשבועים הנחתי בלא ברכה, ואח"כ הייתי מניח בברכה". ועד"ז בספר השיחות תרפ"ח­תרצ"א ס"ע 221 ואילך.

32) ראה אודותו לעיל ע' 142. וש"נ].

33) די מוטער פון הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה נ"ע.

34) זע וועגען דעם אַלעם — ס' השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 151.